Museum in Markowa Remembers Polish Family that Saved Jews

630 335

אין מאַרץ 2016 האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער מוזיי אינעם פּוילישן שטעטל מאַרקאָווע וואָס באַצייכנט די העלדישקייט און מסירת־נפֿש פֿון אַן אָרטיקער משפּחה, די אולמאַס, וואָס האָט באַהאַלטן ייִדן, נאָר וואָס מ׳האָט זיי פֿאַרראָטן און דערהרגעט אין איינעם מיט די באַהאַלטענע ייִדן.

דער מוזיי — דער ערשטער אין פּוילן וואָס מערקט אָפּ די טעמע, פּאָלאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן — געפֿינט זיך דווקא אין אַן אידילישער לאַנדשאַפֿט לעבן לאַנציט, אין דרום־מיזרח־פּוילן, וווּ ס׳איז שווער צו באַנעמען אַז אין דעם אָרט איז פֿאָרגעקומען אַזאַ גרויליק געשעעניש.

כאָטש אינספּירירט דעם מוזיי האָט די געשיכטע פֿון די אולמאַס, נעמט ער אויך אַרום די גרעסערע געשיכטע פֿון פּאָלאַקן און ייִדן אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן (בסך־הכּל 4,300 נפֿשות, אַרײַנגערעכנט 120 ייִדן און אַ הײַפֿעלע פּראַוואָסלאַוונע), ווי אויך אַנדערע וואָס האָבן געהאָלפֿן ייִדן בשעת דעם חורבן.

די אויסשטעלונג, וואָס ווערט איבערגעגעבן אויף פּויליש, ענגליש און העברעיִש, איז סײַ אינפֿמאָרמאַטיוו סײַ רירנדיק, און הייבט אַרויס וואָגיקע פֿראַגעס. למשל, דער נאָמען פֿונעם מוזיי גופֿא: פֿאַקטיש האָבן געראַטעוועט די אָרטיקע ייִדן נישט נאָר פּאָלאַקן, נאָר אויך אוקראַיִנער און לעמקאָ, וואָס האָבן געוווינט אין ראַיאָן. כאָטש אַ קליינער אָפּטייל פֿונעם מוזיי ווערט טאַקע אָפּגעגעבן פּאָלאַקן וואָס האָבן דווקא געמסרט די ראַטירער, קען מען טענהן, אַז דער מוזיי שטעלט פֿאָר אַ נישט גענוג באַלאַנסירט בילד פֿון די אמתע געשעענישן בשעת דער מלחמה.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198312/museum-in-markowa-remembers-polish-family-that-sav/#ixzz4FjoJc9pY