אין מײַ 2015 האָט לייזער בורקאָ געשריבן אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟, אין וועלכן ער האָט דערקלערט וועגן דער געשיכטע פֿונעם „ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟, און די פּלענער אים צו דיגיטאַליזירן און אַרויפֿשטעלן אויף אַ וועבזײַט.
פֿאַראַיאָרן האָט ער באַריכטעט, אַז דער אַטלאַס־פּראָיעקט, וואָס אַנטהאַלט מער ווי 5,700 שעהן פֿון רעקאָרדירטע אינטערוויוען מיט איבער 600 ייִדן פֿון דער אַלטער היים, ווי אויך איבער 140,000 זײַטן פֿון ענטפֿערס אויף כּלערליי לינגוויסטישע פֿראַגעס, וועט ווערן מער צוטריטלעך אַ דאַנק אַ סובווענץ פֿונעם „נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד‟ (NEH). די סובווענץ, פֿון 150,000$, האָט דערמעגלעכט, אַז מע זאָל קענען סקאַנירן די ענטפֿערס אויף לינגוויסטישע פֿראַגעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. מיט צען יאָר צוריק האָט מען געהאַט אַרויפֿגעשטעלט די אַלע רעקאָרדירטע אינטערוויוען, אָבער די וועבזײַט, Eydes.de, אַרבעט ניט ווי געהעריק. דערפֿאַר האָט מען אויך פּלאַנירט אויסצונוצן דאָס געלט פֿון דער סובווענץ, כּדי צו מאַכן די רעקאָרדירונגען מער צוטריטלעך און פֿאַרבינדן די ענטפֿערס אויף די לינגוויסטישע פֿרעגבויגנס מיט די רעקאָרדירונגען, מע זאָל קענען געפֿינען דעם פּינקטלעכן אָרט אין די רעקאָרדירונגען, אין וועלכן מע ענטפֿערט אויף אַ געוויסער פֿראַגע.
לעצטנס האָט חדסה־מישעל שעסנער, די ביבליאָטעקאַרין פֿון יודאַיִסטיק בײַ „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟, געשריבן אַן עפֿנטלעכע מעלדונג וועגן דעם פּראָגרעס פֿון דער דיגיטאַליזאַציע. שעסנער האָט דערקלערט, אַז אַלע זײַטן זענען שוין סקאַנירט געוואָרן און אַז מע הייבט איצט אָן צו באַטראַכטן ווי אַזוי מע וועט אַלצדינג אַרויפֿשטעלן אויף אַ וועבזײַט. דערצו וועט מען אין גיכן אָרגאַניזירן אַ געשעעניש, אין וועלכן מענטשן וועלן זיך צוזאַמענקומען, כּדי איבערצוזעצן בציבור דעם גאַנצן פֿרעגבויגן, וואָס באַשטייט פֿון איבער 220 זײַטן, פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שפּראַך־אַטלאַס קען מען געפֿינען דאָ http://library.columbia.edu/locations/global/jewishstudies/lcaaj.html
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198370/yiddish-language-atlas-being-digitized/#ixzz4G5dkU3cL