7 Facts About the Jews of Brazil

630 370

ווען די אָלימפּיאַדע עפֿנט זיך פֿרײַטיק, דעם 5טן אויגוסט, וועט די גאַנצע וועלט פֿאָקוסירט ווערן אויף ריאָ דע זשאַנעראָ — די ערשטע דרום־אַמעריקאַנער שטאָט דורכצופֿירן די אַלוועלטלעכע אונטערנעמונג.

די בראַזיליאַנער ייִדישע קהילה איז ספּעיציעל שטאָלץ מיט דער הײַיאָריקער אָלימפּיאַדע, ווײַל דרײַ הויך־ראַנגיקע מיטגלידער פֿונעם אָרגאַניזיר־קאָמיטעט זענען ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם קאָמיטעט־פּרעזידענט, קאַרלאָס אַרטור נוזמאַן.

וואָס ווייסט די וועלט טאַקע וועגן די ייִדן וואָס וווינען הײַנט אין בראַזיל? אָט זענען אַ ריי ניצלעכע פֿאַקטן וועגן זיי:

וויפֿל ייִדן וווינען אין בראַזיל?

הײַנט וווינען בערך 120,000 ייִדן אין בראַזיל — די צווייט־גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַטײַן־אַמעריקע, נאָך אַרגענטינע, און די נײַנט־גרעסטע אין דער וועלט.

וווּ וווינען זיי?

בערך 60,000 ייִדן — אַ העלפֿט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין לאַנד — וווינט אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, די גרעסטע שטאָט אין בראַזיל און איר פֿינאַנציעלער צענטער. ריאָ איז אויפֿן צווייטן אָרט מיט 40,000 ייִדן.

אין סאַאָ־פּאַאָלאָ איז די ייִדישע קהילה אַ פֿאַרמעגלעכע, און נעמט אַרײַן עטלעכע שילן, כּשרע קלייטן און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס. צווישן די 1920ער און 1960ער יאָרן האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן אין ריאָ געוווינט, דער עיקר, אין דער צענטראַלער געגנט פּראַקאַ אָנסע — דרך־אַגבֿ, דאָס אָרט וווּ דער סאַמבאַ־טאַנץ איז געגרינדעט געוואָרן — איידער זיי האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין רײַכערע געגנטן ווי טיזשוקאַ און קאָפּאַקאַבאַנאַ, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט די גרעסטע צאָל ייִדישע אינסטיטוציעס.

בערך 10,000 ייִדן וווינען אין דער דרומדיקער בראַזיליאַנער שטאָט פּאָרטאָ אַלעגרע.

וואָס זענען די השפּעהדיקסטע ייִדישע אינסטיטוציעס אין בראַזיל?

די CONIB, אָדער „בראַזיליאַנער ייִדישע קאָנפֿעדעראַציע‟, איז די פּאָליטישע דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון דער בראַזיליאַנער ייִדישער קהילה. געגרינדעט אין 1948, באַשטייט ער פֿון 14 אָרטיקע פֿעדעראַציעס און 200 אינסטיטוציעס. זײַן הויפּטציל איז דאָס באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם.

דער ייִדישער שפּיטאָל אויפֿן נאָמען פֿון אַלבערט אײַנשטיין, אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, געבויט דורך מתּנות פֿון באַקאַנטע ייִדישע משפּחות אין 1955, איז פֿאַררעכנט פֿאַרן בעסטן שפּיטאָל אין לאַטײַן־אַמעריקע.

צום מערסטן שטאָלצירן די בראַזיליאַנער ייִדן מיט די „העבראַיִקאַס‟ — די ייִדישע ספּאָרטקלובן, וואָס דינען סײַ ווי ייִדישע קהילה־צענטערס, סײַ ווי „קאָנטרי־קלאָבס‟. די „העבראַיִקאַ‟ אין סאַאָ־פּאַאָלאָ איז די גרעסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין בראַזיל, מיט 18,000 מיטגלידער. צווישן אירע אַקטיוויטעטן: ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, טעאַטער, יוגנט־באַוועגונגען, תּפֿילה־סעסיעס, מוזיק־ און טאַנץ־פֿעסטיוואַלן, און אַפֿילו אַ טאָגשול.

די „העבראַיִקאַ‟ אין ריאָ איז קלענער און האָט נישט די זעלבע מאָדערנע אויסשטאַטונג ווי יענע אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, אָבער דאָרט קומט פֿאָר יעדעס יאָר דער באַרימטער „הבֿה נצא במחול טאַנץ־פֿעסטיוואַל‟ און די פֿוסבאָל־מאַטשן פֿון דער „מכּביה‟.

דער „הבֿה נצא במחול טאַנץ־פֿעסטיוואַל‟, די גרעסטע יערלעכע אונטערנעמונג פֿון דער ייִדישער קהילה אין ריאָ דע זשאַנעראָ, אין 2015

COURTESY OF HEBRAICA
דער „הבֿה נצא במחול טאַנץ־פֿעסטיוואַל‟, די גרעסטע יערלעכע אונטערנעמונג פֿון דער ייִדישער קהילה אין ריאָ דע זשאַנעראָ, אין 2015

ווי אַזוי זענען די ייִדן אָנגעקומען קיין בראַזיל?

גאַספּאַר דאַ גאַמאַ, אַ ייִד וואָס מע האָט געצוווּנגען זיך צו שמדן, האָט באַגלייט דעם פּאָרטוגעזישן אַדמיראַל פּעדראָ אַלוואַרעס קאַבראַל קיין בראַזיל אין יאָר 1500. אויף דער שיף זענען אויך געווען אַנדערע „נײַע קריסטן‟ (קאָנווערסאָס). נאָכן אָנהייב פֿון דער אינקוויזיציע אין פּאָרטוגאַל אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָבן ייִדן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אין בראַזיל. אין 1624 האָבן די האָלענדער איבערגענומען טיילן פֿון בראַזיל, און אין 1637 האָבן די ייִדן, אין דער שטאָט רעסיפֿע, געבויט די ערשטע שיל, „קהל צור ישׂראל‟, אָבער נאָך דעם ווי די פּאָרטוגעזער האָבן פֿאַרטריבן די האָלענדער אין 1654, האָט מען זי פֿאַרמאַכט. אין 2002 האָט מען זי ווידער געעפֿנט, און רעפּרעזענטירט איצט די סאַמע עלטסטע שיל אינעם מערבֿדיקן האַלבקײַלעך.

אין 1773 האָט דער פּאָרטוגעזישער קיניגרײַך אָפּגעשאַפֿן דיסקרימינאַציע קעגן די ייִדן און כּמעט 50 יאָר שפּעטער האָט בראַזיל אָנגערשיבן איר ערשטע קאָנסטיטוציע, דערקלערנדיק רעליגיעזע פֿרײַהייט פֿאַר אַלעמען. צו ערשט איז געקומען אַן אימיגראַציע פֿון מאַראָקאַנער ייִדן, און שפּעטער — רוסישע און פּוילישע ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָגראָמען און דער רוסישער רעוואָלוציע, און ווידער בעת די 1930ער נאָכן אויפֿשטײַג פֿון נאַציזם אין אייראָפּע. אין די שפּעט־1950ער זענען אָנגעקומען טויזנטער צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן.

ווי אידענטיפֿיצירן זיך די בראַזיליאַנער ייִדן פֿון אַ רעליגיעזן שטאַנדפּונקט?

ס׳רובֿ פֿון זיי באַצייכענען זיך ווי סעקולער און ציוניסטיש־געשטימט. די גרעסטע סינאַגאָגעס זענען קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם, אָבער אין די לעצטע יאָרן האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן די אָרטיקע חב״ד־באַוועגונג.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198547/-facts-about-the-jews-of-brazil/#ixzz4GTTajFV6