הײַיאָר פֿאַלט אויס 75 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער שחיטה אין „באַבי־יאַר‟, אַ שפּאַלט צווישן צוויי בערג אין קיִעוו, וווּ די נאַציס האָבן דערשאָסן מער ווי 100,000 מענטשן פֿון סעפּטעמבער 1941 ביז נאָוועמבער 1943. דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941 זענען געווען צווישן די סאַמע בלוטיקסטע פֿונעם גענאָציד איבער די ייִדן. במשך פֿון די צוויי שוידערלעכע טעג האָט מען דערשאָסן 33,371 ייִדן.
כּדי אָפּצומערקן די טראַגעדיע וועט די אוקראַיִנישע רעגירונג, באַנאַנד מיט עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, דורכפֿירן אַ ריי פּראָגראַמען אין קיִעוו פֿונעם 23סטן ביזן 29סטן סעפּטעמבער. צווישן אַנדערע פּראָגראַמען וועט מען מאַכן אַן אָפֿיציעלע מלוכישע טרויער־פּראָגראַם אויפֿן אָרט פֿון דער שחיטה, אַן אינטערנאַציאָנאַלע יונגט־קאָנפֿערענץ, אַ סעריע קאָנצערטן און אַ קונסט־אויסשטעלונג.
צווישן די געסט אויף דער הויפּט מלוכישער צערעמאָניע, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועלן זײַן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און די דײַטשישע קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקל. בײַ דער געלעגנהייט וועלן זיי הערן דעם דעביוט פֿון אַ נײַעם קאָנטשערטאָ פֿון דער יונגער קאָמפּאָזיטאָרין אַנאַ דובריטש. די 11־מינוטיקע קאָמפּאָזיציע, מיטן נאָמען „קדיש‟ נעמט אַרײַן השפּעות פֿון קלעזמער־ און טיבעטישער מוזיק, ווי אויך אַ „קדיש‟ געשפּילט אויפֿן טשעלאָ. אַחוץ טשעלאָס וועט מען שפּילן די קאָמפּאָזיציע אויף קעסלפּויקן, „טיבעטישע זינגענדיקע שיסלען‟ (אַ מין גאָנג) און פֿאַרשידינע סטרונע־אינסטרומענטן.
מע וועט במשך פֿון דער וואָך וועט מען אויך אַרומרעדן געוויסע פּלענער ווי אַזוי מע קען פֿאַרוואַנדלען דעם באַרגשפּאַלט אין אַ פּאַסיקן דענקמאָל. כאָטש עס געפֿינען זיך שוין אין „באַבי־יאַר‟ אַ ריי דענקמאָלן, איז ס׳רובֿ פֿונעם אָרט נאָך אַלץ אַ פּלאַץ, וווּ מענטשן פֿאַרווײַלן זיך. ניט געקוקט אויף דעם וואָס מע האָט נאָך ניט קיין פֿעסטע פּלענער, האָט די רעגירונג שוין צוגעזאָגט אַרויסצוגעבן מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר צו פֿאַרוואַנדלען דאָס אָרט אין אַ פּאַסיקן מאָנומענט.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָבן חורבן־עקספּערטן אויסגעדריקט זייער זאָרג וועגן דעם דוחק אין קאָנקרעטע פּלענער צו שאַפֿן געהעריקע דענקמאָלן אויף די ערטער אין אוקראַיִנע, וווּ מע האָט אויסגעשאָסן 1.5 מיליאָן ייִדן. כאָטש מע ווייסט דעם אָרט, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען איבער 1,000 באַזונדערע שחיטות, געפֿינען זיך אויף ס׳רובֿ פֿון זיי ניט קיין שום צייכן, אַז עפּעס איז אַמאָל דאָרטן געשען. די חורבן־עקספּערטן זענען געווען באַזונדערס באַזאָרגט וועגן דעם פֿאַקט, וואָס לויט די אינסטרוקציעס, האָבן די באַטייליקטע געדאַרפֿט מאַכן דעם דענקמאָל אוניווערסאַל איידער אַרײַנצושיקן אַ בוי־פּלאַן וואָס פֿאָקוסירט זיך, דער עיקר, אויפֿן ייִדישן אַספּעקט פֿון דער טראַגעדיע. צוליב די שטאַרקע טאַדלונגען פֿון „יד־ושם‟ און אַנדערע חורבן־אָרגאַניזאַציעס האָט מען די אינסטרוקציעס געביטן.