New Website on Yiddish Theater

630 326

דער „דיגיטאַלישער ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט‟, אַ פֿאָרש־קאָנסאָרציום, וואָס מע האָט געגרינדעט אין 2012, כּדי צונויפֿצוברענגען עקספּערטן פֿון פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע געביטן אויסצופֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, האָט לעצטנס דעבוטירט אַ שפּאָגל־נײַע וועבזײַט. דער קאָנסאָרציום, מיט 15 מיטגלידער און אַן עקזעקוטיווע פֿון נאָך 14 געלערנטע, נעמט אַרײַן ספּעציאַליסטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, טעאַטער־שטודיעס, לינגוויסטיק און מוזיקאָלאָגיע, ווי אויך אַרכיוויסטן, בינע־קינסטלער און ליטעראַרישע פֿאָרשער.

ביז אַהער האָט דער „דיגיטאַלישער ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט‟ בלויז פֿאַרענפֿטלעכט זײַנע פֿאָרש־אַרבעטן און דערפֿינדונגען אין אַ בלאָג. די נײַע וועבזײַט נעמט אַרײַן די אַלטע בלאָג־פּאָסטן אין אַ סך מער צוטריטלעכן פֿאָרמאַט, באַנאַנד מיט נײַע בילדער און אַנדערע רעסורסן. ד״ר יואל בערקאָוויטש, דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון סעם און העלען שטאַל‟ בײַם „וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט אין מילוואָקי‟ און אַ מיט־גרינדער פֿונעם קאָנסאָרציום, האָט געשריבן אין אַן עפֿנטלעכן פּאָסט אויף „פֿייסבוק‟, אַז ער איז „גליקלעך‟ צו אַנאָנסירן די לאַננצירונג פֿון דער נײַער וועבזײַט און אַז מע קען „דערוואַרטן נאָך מער נײַע עלעמענטן פֿון דער וועבזײַט אין די קומענדיקע חדשים‟.

די וועבזײַט, yiddishstage.org, געשאַפֿן פֿון דער זעלביקער פֿירמע, וואָס האָט געמאַכט די וועבזײַט פֿאַר „אין געוועב‟, ווערט אָפּגעטיילט אין עטלעכע קאַטעגאָריעס: מענטשן, ערטער, טעמעס און תּקופֿות. אַז מע קלײַבט אויס, למשל, די קאַטעגאָריע „מענטשן‟, באַווײַזן זיך נאָך קאַטעגאָריעס אַזוי ווי אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, קאָמפּאָזיטאָרן, דראַמאַטורגן און אַזוי ווײַטער. די קאַטעגאָריע „ערטער‟ נעמט אַרײַן ניט בלויז ניו־יאָרק, מיזרח־אייראָפּע און אַרגענטינע, וואָס זענען באַקאַנט פֿאַר זייערע אַמאָליקע ייִדישע טעאַטערס, נאָר אויך אַנדערע מקומות אַזוי ווי סקאַנדאַנאַוויע און אַפֿריקע. אַז מע קלײַבט אויס אַפֿריקע, געפֿינט מען אַ מאַפּע מיט אַ „שפּילקע‟ איבער קאַיִר. אַז מע טוט אַ קוועטש אויף דער שפּילקע געפֿינט מען אַן אַרטיקל וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער אין דער עגיפּטישער הויפּטשטאָט, וואָס מע האָט געגרינדעט אין 1912 ווי דער „דער יודישער ליטערארישער און דראמאטישער צירקל פון קאירא‟. דער אַרטיקל דערקלערט ווי די טרופּע, וואָס האָט געשפּילט ביז 1948, איז געווען ענלעך צו אַנדערע אַמאַטאָרישע גרופּעס אין אַנדערע שטעט מחוץ מיזרח־אייראָפּע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199048/new-website-on-yiddish-theater/#ixzz4Ik0i4ke3