Yiddish at the American Literary Translators Association Conference

630 326

לעצטנס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אָקלענד, קאַליפֿאָרניע איבער 450 ליטעראַרישע איבערזעצער פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, כּדי אַרומצורעדן די ענינים וואָס זענען וויכטיק פֿאַר זייער פֿאַך. מער ווייניקער האָט מען געקענט צוטיילן די רעדעס און פּאַנעלן אויף פֿיר קאַטעגאָריעס: דיסקוסיעס וועגן די טעכנישע אַספּעקטן ווי אַזוי מע קען איבערזעצן אַ טעקסט פֿון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער; וואַרשטאַטן איבער די געשעפֿטלעכע אַספּעקטן פֿון דער מלאכה (קאָנטראַקטן וכדומה); פּאַנעלן וועגן די פּערזענלעכע איבערלעבעונגען פֿון איבערזעצער, און צוויישפּראַכיקע פֿאָרלייענונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק. ייִדיש האָט געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע אין צוויי פּאַנעלן: אַַ פֿאָרלייענונג פֿון ליטעראַרישע ווערק אויף גערמאַנישע שפּראַכן און אַ פּאַנעל וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש־איבערזעצערײַ.

ייִדיש איז געווען גוט רעפּרענזענטירט אויף דער קאָנפֿערענץ. צום ווייניקסטן זיבן ליטעראַרישע איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש זענען געקומען, צווישן זיי האָבן דיאַנע קלאַרק, מערל באַכמאַן און עלען קאַסעדי פֿאָרגעלייענט פֿון זייערע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צוויי פֿון די איבערזעצערינס האָבן פֿאָרגעלייענט פּאָעזיע: באַכמאַן — אירע איבערזעצונגען פֿון ראָזאַ נעוואָדאָסקאַס לידער, און קלאַרק — אירע איבערזעצונגען פֿון רייזל זשיכלינסקיס פּאָעזיע. עלען קאַסעדי האָט פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון איר איבערזעצונג פֿון בלומע לעמפּלס אַ דערציילונג.

אויף אַ פּאַנעל געווידמעט ייִדיש מיטן נאָמען „די אויסגעקליבענע שפּראַך? עולם, אויסקלײַב און ענדערונג אין דער ייִדישער איבערזעצונג‟ האָט מען אַרומגערעדט ווי אַזוי מע באַציט זיך הײַנט אַנדערש צום איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש ווי אַמאָל. די פּאַנעליסטן זענען געווען: זכריה שולמאַן, דער געוועזענער אָנפֿירער פֿון די איבערזעצונג־איניציאַטיוון בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟; מינדל כּהן, די הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿון „אין געוועב‟; דניאל קענעדי, דער רעדאַקטאָר פֿאַר איבערזעצונגען בײַ „אין געוועב‟ און עלען קאַסעדי, אַ זשורנאַליסטקע און איבערזעצערין.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199918/yiddish-at-the-american-literary-translators-assoc/#ixzz4Mu5lm6L2