Documentary About Debora Vogel

150 150

אַן אויסצוג פֿון אַ נאָך נישט פֿאַרענדיקטן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעל איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. דער פֿילם ווערט רעזשיסירט פֿון אַסיע געפֿטער.

די וויכטיקע (אָבער כּמעט־פֿאַרגעסענע) דיכטערין דבֿורה פֿאָגעל (1902־1942) איז געווען אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ געבוירענע אינעם שטעטעלע בורשטין בײַ אַן אַסימילירטער פּויליש־רעדנדיקער משפּחה, האָבן אירע עלטערן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זיך באַזעצט אין לעמבערג, וווּ דבֿורה האָט שפּעטער באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע. אין 1930 האָט זי זיך באַפֿרײַנדט (און מסתּמא געפֿירט אַ ליבע) מיטן פּויליש־ייִדישן קינסטלער און שרײַבער ברונאָ שולץ. דורך איר באַקאַנטשאַפֿט מיט אים און אַנדערע פּויליש־ייִדישע קינסטלער האָט זי זיך געפֿילט היימיש צווישן די אַוואַנגאַרדישע קינסטלער און איז אַליין געוואָרן אַ וויכטיקע קונסט־קריטיקערין. כאָטש ס׳רובֿ פֿון די קינסטלער מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט זענען געווען פֿון פּויליש־רעדנדיקע היימען, האָט זי געדרוקט אַרטיקלען וועגן זיי דווקא אויף ייִדיש, אַ שפּראַך וואָס זי האָט זיך נאָר אויסגעלערנט ווען זי איז שוין געווען כּמעט אַ דערוואַקסענע.

כאָטש פֿאָגעל איז דערצויגן געוואָרן אויף פּויליש און דײַטש, האָט זי אויסגעקליבן ייִדיש ווי די שפּראַך פֿון אירע פּאָעטישע ווערק. אין די 1930ער יאָרן האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער לידער אין ייִדישע זשורנאַלן און אַרויסגעלאָזט דרײַ ביכער. אירע מינימאַליסטישע אַוואַנגאַרדישע לידער זענען ס׳רובֿ קריטיקער ניט געפֿעלן געוואָרן; זיי האָבן געהאַלטן, אַז פֿאָגעלס לידער זענען געווען צו אינטעלעקטועל און פֿאַרנעפּלט. די קריטיקער האָבן אויך ניט געהאַלטן פֿון אירע לידער צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ניט געהאַט גענוג „ווײַבערישע טעמעס‟. פֿון איר זײַט האָט פֿאָגעל דערקלערט, אַז איר סטיל האָבן געשאַפֿן אירע אייגענע איבערלעבונגען און די ווירקלעכקייטן פֿון איר שטאָט און קולטורעלער סבֿיבֿה.

[…]

עס זעט אויס אַז דער דאָקומענטאַר־פֿילם וועט ערשט אַרויס אין אַ יאָר אַרום. פֿאַר די, וואָס ווילן זיך פֿריִער באַקענען מיט די ווערק פֿון דבֿורה פֿאָגעל, קען מען לייענען אַ פּאָר פֿון אירע לידער אויף ייִדיש דאָ: http://www.yiddishpoetry.org/Anthology/poets/fogel/indexfogel.html

https://vimeo.com/184893390

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199964/documentary-about-debora-vogel/#ixzz4NDoygOSN