Documentary: Jewish Life in Lviv

605 374

אין 1938 און 1939 האָבן די ברידער שאול און יצחק גאָסקינד, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער וואַרשעווער פֿילם־פֿירמע „סעקטאָר־פֿילמען‟, פּראָדוצירט זעקס דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות אין פּוילן: וואַרשע, ווילנע, לעמבעריק, קראָקע, ביאַליסטאָק און לאָדזש. דער פֿילם וועגן לאָדזש איז נעלם געוואָרן אָבער מע קען נאָך אַלץ זען די אַנדערע פֿינף, אַ דאַנק דעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿילם‟ אין „בראַנדײַס אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט רעסטאַוורירט די סעריע.

אינעם פֿילם מאַכט דער נאַראַטאָר אָשר לערנער אַ טור פֿון דער שטאָט און גיט — אויפֿן שפּיץ מעסער — צו פֿאַרשטיין די געאָגראַפֿיע, געשיכטע, קולטור און אַרכיטעקטור פֿון דער שטאָט. ערבֿ דער מלחמה האָבן דאָרט געוווינט אַרום 109,500 ייִדן — אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.

אויפֿן פֿילם זעט מען פֿאַרשידענע מערקפּונקטן פֿון דער שטאָט: דאָס ראָטהויז, די שטיינערנע לייבן (די שטאָטעמבלעם), עטלעכע טעאַטערס, דעם מוזיי, דעם ייִדישן האַנדל־צענטער, דעם „בנין פֿון דער ייִדישער קהילה“, און דעם ייִדישן שפּיטאָל א״נ לאַזאַרוס (אַ גרויסער פֿילאַנטראָפּ געווען).

לעמבערג ערב דעם גרויסן חורבן. די קאפיע איז אנגאנצן אויף יידיש און אין א פארהעלטענישמעסיק גוטן מצב!

Posted by Dov-Ber Kerler on Friday, October 21, 2016

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200186/documentary-jewish-life-in-lviv/#ixzz4OXfpKPtu