בעת די 1990ער און 2000ער יאָרן האָט מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך“, געמאַכט אַ סעריע אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס זענען געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער אַמאָל־בליִענדיקער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה.
צו יענער צײַט איז געווען קלאָר, אַז ס׳איז שוין געקומען די צײַט צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די לעצטע פֿאָרשטײער פֿונעם עלטערן דור ייִדיש־רעדער. קאָראַל האָט געמאַכט אינטערוויוען מיט אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי לילקע מײַזנער, טעאָדאָר ביקעל און דעם פּאָעט משה שקליאַר.
הײַיאָר האַלט קאָראַל אין אַרויפֿשטעלן די פֿילמען פֿון די אינטערוויוען אויף „יו־טוב“, באַנאַנד מיט קליינע אויסצוגן פֿון זיי מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. לעצטנס האָט זי אַרויפֿגעשטעלט אַן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו מיטן פּאָעט, זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר משה שקליאַר, אין וועלכן ער רעדט וועגן זײַנע יונגע יאָרן אין וואַרשע, פֿאַר וואָס מע האָט אים געשיקט אין חדר און וועגן זײַנע יאָרן אין אַ ייִדישער פֿאָלקסשול, וווּ מע האָט געלערנט אַלצדינג אויף ייִדיש.
ער דערקלערט ווי אַזוי ער איז אַנטלאָפֿן פֿון וואַרשע אויף מיזרח מיטן ציל זיך צו מאָבאָליזירן אין דער פּוילישער אַרמיי אָבער האָט דאָרט דערזען, אַז אַלע פּוילישע סאָלדאַטן האָבן שוין געהאַלטן אין מאַכן פּליטה. ער איז סוף־כּל־סוף אָנגעקומען אין מאַגניטאָגאָרסק, אַ שטאָט אין די אוראַל־בערג, וווּ ס׳האָט געוווינט זײַן שוועסטער. דאָרטן האָט ער געאַרבעט אין די וועלט־באַרימטע מעטאַלורגיע־קאָמבינאַטן, פֿאַבריקן וווּ מע האָט פֿאַבריצירט שטאָל פֿאַר די סאָוועטישע טאַנקען.
נאָך דער מלחמה איז שקליאַר צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ ייִדישער פּאָעט און זשורנאַליסט אין דער צײַטונגע „דאָס נײַע לעבן“. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער פּאָעזיע און איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין דער איינציקער ייִדישער צײַטונג אין פּוילן וואָס האָט נאָך עקזיסטירט אין די 1960ער יאָרן — די ”פֿאָלקס־שטימע“.
שקליאַר האָט פֿאַרלאָזט פּוילן אין 1968 נאָך די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אויף די ייִדן און האָט זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ ער האָט במשך פֿון 20 יאָר רעדאַקטירט דעם זשורנאַל „חשבון“. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2014.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200262/interview-with-moshe-shklar/#ixzz4P6tg6NVf