ס’איז שוין אַריבער איין יאָר זינט דער זינגער, אַקטיאָר, יוניאָן־אַקטיוויסט און שלום־זוכער טעאָדאָר ביקעל איז ניפֿטר געוואָרן. ביקעל איז געווען פֿון די יחידי־סגולה כאַריזמאַטישע פֿיגורן, וואָס איז אין שטאַנד געווען צו פֿאַראייניקן און אינספּירירן מענטשן פֿון באמת כּלערליי תּחומים. כּדי צו באַצייכענען דעם אָנדעק פֿון דעם גרויסן געשטאַלט, האָבן זיך זײַן משפּחה אין איינעם מיט זײַנער אַ גרופּע פֿרײַנד, סײַ פֿון דער אַקטיוויסטישער וועלט סײַ פֿון דער מוזיקאַלישער, לעצטנס צונויפֿגעזאַמלט אין ניו־יאָרק אויף אַ ספּעציעלן אָוונט פֿון מוזיק, געלעכטער און זכרונות.
דער הויפּט־אָרגיניזאַטאָר פֿונעם אָוונט איז געווען די פּאָליטישע גרופּע Partners For a Progressive Israel [פּאַרטנערס פֿאַר אַ פּראָגרעסיוון ישׂראל], וואָס איז אַמאָל אָנגערופֿן געוואָרן „מר״צ USA‟; אַ לינקע ציוניסטישע גרופּע, וווּ ביקעל איז געווען טעטיק אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. זי האָט אויך לעצטנס געשטעלט אַ נײַע פֿונדאַציע פֿאַר שלום און סאָציאַלער גערעכטיקייט אויפֿן נאָמען פֿון ביקעל.
געבוירן אין עסטרײַך אין 1924, האָבן טעאָדאָר ביקעלס עלטערן אים אַ נאָמען געגעבן נאָכן גרינדער פֿון ציוניזם, טעאָדאָר הערצל. די יאָרן צווישן 1938 און 1945 האָט ביקעל פאַרבראַכט אין פּאַלעסטינע, און איז געווען זייער טעטיק אויף דער קליינער אַנטוויקלטער קולטור־וועלט בײַם ייִשובֿ. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָסיאַציע, שמואל נאָריך, האָט אויף זײַן רעדע באַטאָנט ביקעלס ציוניזם.
די רעדנערס האָבן דערמאָנט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ביקילס לעבן. אַ יוניאָן־פֿירער האָט דערמאָנט ביקעלס לאַנגיאָריקע טעטיקייט בײַם „אַקטיאָרן פֿאַראיין‟, וווּ ביקעל איז אויך געשטאַנען בראָש. דער אַנסאַמבל פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס האָט געשפּילט צוזאַמען מיט ביקעל אויף דער בראָדוויי־בינע, האָט זיך פֿאַראייניקט צו זינגען דאָס ליד „שבת תּפֿילה‟ פֿונעם באַקאַנטן מיוזיקל. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ביקעל קאָמבינירט זײַן באַרימטקייט פֿון „פֿידלער‟ מיט זײַן אַקטיוויזם: ער האָט אָנטייל גענומען אין דער „פֿידלער אָן אַ דאַך‟ קאָמפּאַניע, װי אַ פּראָטעסט קעגן ישׂראלס פּאָליטיק קעגן אירע בעדויִנער בירגער אין נגבֿ.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200230/remembering-theo/?p=all#ixzz4PCi5tk2q