A Star is Born?

630 326

מיט אַ יאָר זעכציק קאַריק איז אַ יונגער מאַטעמאַטיקער, טאָם לערער, אַרויס מיט עטלעכע סאַטירישע לידער. מיט דער צײַט האָט ער געמאַכט דערפֿון אַ גאַנץ באַלעבאַטישע קאַריערע. אין איינעם פֿון זיי רעדט זיך וועגן אַ מאַטעמאַטיקער וואָס זײַנע אַרבעטן וועגן געאָמעטריע האָבן אַזוי אויסגענומען, אַז מע האָט באַשלאָסן צו מאַכן דערפֿון אַ פֿילם, וואָס האָט געזאָלט הייסן „דער אייביקער דרײַעק“, און פֿאַר דער הויפּטראָלע, דעם היפּאָטענוז, האָט מען אויסגעקליבן אינגריד בערגמאַן (אויב איר ווייסט נישט וואָס דאָס איז אַזוינס אַ היפּאָטענוז, קוקט אַרײַן, זײַט מוחל, אין אַ ווערטערבוך!).

האָב איך זיך געטראַכט: אויב פֿון אַ מאַטעמאַטיש ווערק קען מען דרייען אַ פֿילם, און נאָך מיט אינגריד בערגמאַן דערצו, פֿאַר וואָס זשע זאָל מען אַזוינס נישט טאָן מיט אַ ווערטערבוך? און פֿאַר וואָס זאָלן נישט די שעף־רעדאַקטאָרן שפּילן די הויפּטראָלעס? אמת, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט איז נישט אינגריד בערגמאַן און אַני־הקטן בין נישט, לאָמיר זאָגן, האָמפֿרי באָגאַרט. לאָזט זיך פֿונדעסטוועגן מיט מיר אַרײַן אין אַ פֿאַנטאַזיע ווי אַזוי מאַמע־לשון האָט אײַנגענומען האָליוווּד…

אַ מאָל אַיז געװען אַ ייִד מרדכי שעכטער ע״ה, װאָס במשך פֿון אַ פֿופֿציק־יאָריקער קאַריערע האָט ער געקליבן װערטער, אַלטע און נײַע; אָן פֿריש בלוט, האָט ער געהאַלטן, קען אַ שפּראַך נישט לעבן. פֿון די אַלע זאַמלונגען זײַנע האָט ער געװאָלט אַרויסגעבן אַ װערטערבוך, נאָר ער האָט עס נישט דערלעבט. איז געפֿאַלן אויף זײַן טאָכטער צו רעאַליזירן דעם חלום, און אויף מיר מיט איר צוזאַמענאַרבעטן.

אַז ס׳איז שוין אַרויס ס׳װערטערבוך זענען אונדז פֿון אַלע זײַטן באַפֿאַלן זשורנאַליסטן. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער „ניו יאָרק טײַמס‟. אַ דאַנק דעם איז מען געקומען צו לויפֿן פֿון אַמעריקע, אייראָפּע, ישׂראל, אַזש פֿון אויסטראַליע, און פֿון… בעװערלי הילס, קאַליפֿאָרניע.

פֿון בעווערלי הילס זענען שוין דערגאַנגען צו דער פֿילם־אינדוסטריע די ידיעות וועגן דעם ווערטערבוך, האָט מען זיך אַרומגעזען, אַז אַזאַ מעשׂה װי אונדזערע װעט זיך לאָזן פֿאַרקויפֿן. האָט מען אונדז אויסגעפּרוּװט און געזען, אַז מיר קענען סײַ שפּילן, סײַ זינגען, און קיין מיאוסע זענען מיר אויך נישט… איז געבליבן, אַז דער פֿילם וועט זײַן אַ מוזיקאַלישער. אויף אונדז האָט מען שוין געזאָגט, אַז „דאָ ווערן געבוירן צוויי שטערן“!

הײַנט װער װעט זײַן דער רעזשיסאָר? ס׳מוז זײַן איינער װאָס אי ער האָט ליב מאַמע־לשון, אי ער קען שאַפֿן אַ „מיוזיקל‟. פֿאַראַן בלויז איין ברירה — דער בן־תּשעים מעל ברוקס. האָט זיך ברוקס אַוועקגעזעצט און געשאַפֿן אונדז אַזוינע שלאַגערס װי:

„זונטיק ווערטער, מאָנטיק ווערטער, דינסטיק און מיטוואָך ווערטער“,
„וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט קומען?
אַז משיח וועט קומען, וועלן מיר מאַכן אַ סעודהניו לכּבֿוד דעם ווערטערבוך
ווער וועט אונדז לערנען ייִדיש אויף דער סעודהניו? מרדכי שעכטער, מרדכי שעכטער…“,

„מיטרעדאַקטאָרשע מײַנע, מיטרעדאַקטאָרשע געטרײַע
אויף ווערטערביכער שרײַבן טוט מען בלוט פֿאַרגיסן
און טאָמער וועט איר זען, אַז דאָס ווערטערבוך האָט הצלחה
זאָל עס אײַך גאָר נישט פֿאַרדריסן“…

„האָף און גלייב
נישט ווײַט איז שוין דאָס ווערטערבוך“…

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200749/a-star-is-born/#ixzz4R2spKfGa