ליבער ד”ר בערגער,
כ’האָב לעצטנס אַדורכגעמאַכט אַ טראַוומאַטישן שאָדן צום מוח, און כ’וויל וויסן, צי די מאַריכואַנע קען העלפֿן ווי אַ רפֿואה.
אַ דאַנק,
מ. וו.
ניו־יאָרק
טײַערע מ. וו.,
ערשטנס ווינטש איך אײַך אַ רפֿואה-שלימה. ווי איר ווייסט מסתּמא, לײַדן מיליאָנען אַמעריקאַנער פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונגען (traumatic brain injury). אַפֿילו בײַ די, וואָס האָבן נישט אַדורכגעמאַכט קיין שווערן שאָדן, קענען זיי סײַ־ווי לײַדן פֿון ערנסטע און לאַנג־דויערנדיקע נאָכעפֿעקטן. אַזאַ שאָדן קען אַרויסגערופֿן ווערן פֿון עטלעכע סיבות, אַרײַנגערעכנט אויטאָ-סיבות (די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע), ספּאָרט-צונויפֿשטויסן, ווי אויך גוואַלדטאַטן אין דער היים אָדער גלאַט אַזוי פֿון פֿרעמדע. כאָטש די פֿיזישע טעראַפּיע און די קאָגניטיווע-אויפֿפֿיר-טעראַפּיע (ווי מיט אַ סך אַנדערע כראָנישע קרענקען) זײַנען מעגלעכע צוגאַנגען, ווערן די געליטענע פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונג אָפֿטמאָל פֿרוסטרירט, און זוכן מיט ליכט אַנדערע מיטלען.
איר האָט אפֿשר געהערט, אַז די מעדיצינישע מאַריכואַנע ווערט לעצטנס מער פּאָפּולער און לעגאַל אין עטלעכע יורידישיע ראַיאָנען. אויף ווייטיקן, נישט-גוטקייט און טייל אַנדערע סימפּטאָמען קען דאָס זײַן נוצלעך פֿאַר אַ טייל חולים. און אפֿשר קען עס העלפֿן ווי אַ מיטל צום מוח-שאָדן?
צום באַדויערן איז נאָך נישט קלאָר. איין פּראָבע האָט אײַנגעשפּריצט אַ מאַריכואַנע-פּרעפּאַראַט (אָדער אַ פּלאַצעבאָ) אין די געליטענע אויפֿן מוח-פֿעלער און פֿאַרגליכן די רפֿואות — און נישט געפֿינען קיין באַטײַטיקן אונטערשייד. אַ צווייטע שטודיע פֿון אַן אַנדער מין האָט שטודירט די געשיכטע, צו זען צי מענטשן וואָס קומען גיכער צו זיך נאָך אַזאַ ניזוקונג האָבן אפֿשר אָפֿטער גענוצט מאַריכואַנע. עפּעס אַן אַסאָסיִאַציע האָט מען יאָ אָפּגעזוכט, נאָר ווי ס’ווייסן געניטע לייענערס פֿון די הײַנטיקע מעדיצינישע נײַעס, איז אָפֿט מאָל אַזאַ פֿאַרבינדונג בכלל נישט כּדאַי צו מאַכן אַ צימעס דערפֿון. אַ פֿאַרבינדונג, מיט איין וואָרט, איז לאוו-דווקא טײַטש אַ סיבה.
[…]