אין דעצעמבער 1991, לכּבֿוד חנוכּה, האָט דער 18־יאָריקער ליובאַוויטשער ישיבֿה־בחור ברוך גאָרין אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע דעם ערשטן נומער פֿונעם ייִדיש־רוסישן זשורנאַל „לחיים‟.
זינט דעמאָלט איז די חודשלעכע צײַטשריפֿט, וואָס פּראַוועט הײַיאָר איר 25סטן יוביליי, באַקאַנט געוואָרן אין רוסלאַנד ווי אַ געראָטענער בײַשפּיל פֿון אַ געזונטן סינטעז פֿון חסידישער פֿרומקייט און וועלטלעכער אינטעליגענטישער קולטור.
ס׳איז כּדאַי צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דער סתּירותדיקער אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט נאָך דער מפּלה פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיט פֿיר חדשים נאָכן דורכגעפֿאַלענעם קאָמוניסטישן פּוטש, האָט דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, באָריס יעלצין, אונטערגעשריבן אַ ריי אָפּמאַכן, לויט וועלכע די סאָוועטישע סיסטעם איז בטל געוואָרן. די רויטע פֿאָן איז פּלוצעם פֿאַרביטן געוואָרן אויפֿן הײַנטיקן ווײַס־בלוי־רויטן נאַציאָנאַלן סימבאָל.
אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער מהומה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין דער פּערעסטרויקע־תּקופֿה, האָבן זיך צעבליט היפּוכדיקע טענדענצן: די ניהיליסטישע תּאווה צו קריגן געלט און מאַכט דורך וועלכע־ניט־איז מיטלען און דער אויפֿשטײַג פֿון טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע ווערטן. אינעם יאָר 1988 האָט מען אינעם זיך־צעפֿאַלנדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד אָפּגעמערקט דעם טויזנט־יאָריקן יוביליי זינט רוסלאַנד איז געוואָרן אַ קריסטלעך לאַנד; מיליאָנען מענטשן האָבן זיך דעמאָלט, לכל־הפּחות פֿאָרמעל, געקריסטלט. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט אַ צווײַג פֿון דער ליובאַוויטשער ישיבֿה „תּומכי־תּמימים‟. די אַלגעמיינע אַטמאָספֿער פֿונעם רעליגיעזן אימפּעט, אויסגעמישט מיטן עקאָנאָמישן ייִאוש, האָט אָפֿט פֿאַרנומען גאַנץ אויסטערלישע פֿאָרמען, מיט אַ שטאַרקן טעם פֿון עם־הארצות, אויסטערלישע „ניו־איידזש‟-עלעמענטן פֿון און דערשלאָגנקייט.
גאָרין, אַ געבוירענער אין אַדעס, האָט זיך פֿון יונגווײַז אָן פֿאַרנומען מיט זשורנאַליסטישער טעטיקייט. ווען ער איז געגאַנגען זיך לערנען אין דער נײַער מאָסקווער ישיבֿה, האָט ער אינגיכן פֿאַרשטאַנען, אַז די רוסישע ייִדן נייטיקן זיך אין אַן אייגענער ערנסטער אויסגאַבע פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. נאָך זײַן ערשטן וויזיט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו געפֿינען שטיצער פֿאַר זײַן זשורנאַל „לחיים‟. נישט געקוקט אויף דער מהומה פֿון יענער תּקופֿה, איז דער פּראָיעקט געלונגען און זיך באַקומען טאַקע גאָר אַן ערנסטער.
צוערשט איז אינעם זשורנאַל געווען אַ שטענדיקער אָפּטייל אויף ייִדיש, געפֿירט דורך אַן אָרטיקן חסידישן ייִדישיסט, חיים מוכער. עס זענען אויך דערשינען לידער פֿון חיים ביידער און אַנדערע באַקאַנטע פּאָעטן, עסייען פֿון יהושע דובראָווסקי ז״ל, וועלכער פֿלעגט פֿירן די פּרשה־רובריק אינעם „פֿאָרווערטס‟ אונטערן פּסעוודאָנים ה. מאַניעווסקי, און אַנדערע פֿאַרכאַפּנדיקע מאַטעריאַלן.
נאָך אַ פּאָר יאָר, אין 1994, האָט מען באַשלאָסן צו פֿאַרמאַכן דעם ייִדיש־אָפּטייל. דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל האָט מיר איבערגעגעבן, אַז מוכער האָט זיך אַנטוישט אינעם פּראָיעקט; ער האָט געמיינט, אַז ייִדיש רופֿט נישט אַרויס קיין ממשותדיקן אינטערעס. פּלוצעם, ווען דער אָפּטייל איז בטל געוואָרן, האָט די רעדאַקציע באַקומען אַ ריזיקע צאָל בריוו פֿון אויפֿגעבראַכטע לייענער. הגם אינעם הײַנטיקן פֿאָרמאַט גייט „לחיים‟ אַרויס בלויז אויף רוסיש, ווערן דאָרטן כּסדר פּובליקירט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש און פֿאַרשיידענע אַרטיקלען אויף ייִדיש־טעמעס.
גאָרין האָט מיר דערקלערט, אַז דער זשורנאַל שטעלט אַ קולטור־טרעגערישן ציל. צווישן אַ סך ייִדן, בפֿרט אַסימילירטע, איז פֿאַרשפּרייט דער פֿאָראורטל לגבי דעם אַמאָליקן שטעטל־לעבן. דאָס שטעטל ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט פּרימיטיווער „שמאָלקעפּיקייט‟. מיט קאָנקרעטע היסטאָרישע בײַשפּילן, ווערט אינעם זשורנאַל כּסדר דערוויזן, אַז אין די ייִדישע שטעטלעך האָט, אין דער אמתן, געבליט זייער אַן אַנטוויקלט אינטעלעקטועל, רוחניותדיק און קולטורעל לעבן.
אינעם יאָר 1995 האָט גאָרינס פֿאַרלאַג — דעמאָלט האָט ער געהייסן „לחיים‟ און הײַנט „קניזשניקי” — געקויפֿט דעם גאַנצן אַרכיוו פֿון אַהרן ווערגעליס, דעם געוועזענעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟. צי וועט „לחיים‟ קאָנען ווערן אין דער צוקונפֿט אַ מין יורש פֿונעם דאָזיקן בכּבֿודיקן סאָוועטישן זשורנאַל אינעם שפּראַכלעכן זין? דער רעדאַקטאָר באַמערקט, אַז לעצטנס האָט זיך אין רוסלאַנד באַוויזן אַ ממשותדיקע צאָל יונגע לײַט, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש. קיין קאָנקרעטע פּלענער האָט ער נישט, אָבער אין פּרינציפּ איז מעגלעך, אַז אָריגינעלע מאַטעריאַלן אויף דער ייִדישער שפּראַך וועלן אַמאָל ווידער צוציִען אַ גענוג גרויסן עולם צווישן די לייענער פֿון זײַן זשורנאַל.
אין אַמעריקע, ארץ־ישראל און אַנדערע וועלט־צענטערס פֿונעם פֿרומען לעבן גייען אַרויס אַ סך פֿאַרשיידענע חרדישע זשורנאַלן און צײַטונגען, וואָס ציִען צו פֿילטויזנטיקע אוידיטאָריעס. געוויינטלעך, באַשטייען אַזעלכע אויסגאַבעס פֿון אָרטיקע קהילה־נײַעס און צענזורירטע באַאַרבעטונגען פֿון אַלגעמיינע פּרעסע־באַריכטן. אין אַ גרויסער מאָס, איז דער דערפֿאָלג פֿון די מערבֿדיקע פֿרומע אויסגאַבעס אַ רעזולטאַט פֿון דער קעגנערשאַפֿט לגבי דער וועלטלעכער פּרעסע. גרײַזיקע און פֿאַרקריפּלטע באַשרײַבונגען פֿון באַקאַנטע וועלט־געשעענישן ציִען צו די פֿרומע לייענערשאַפֿט דווקא צוליב דער צענזור און ספּעציפֿישע באַגרענעצונגען. אויסמײַדנדיק פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען און פֿאַרווערנדיק אַ גאַנצע ריי טעמעס קאָן מען, פּאַראַדאָקסיש, ווערן דווקא פּאָפּולער.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ מין פּרעסע, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער אָפֿענער כאַראַקטער פֿון „לחיים‟. אַ דרויסנדיקער קאָן אַפֿילו נישט באַמערקן, אַז דער זשורנאַל ווערט אָנגעפֿירט דורך אַ ליובאַוויטשער חסיד און איז פֿאַרבונדן מיט חב״ד. בולט־פֿרומע אַרטיקלען פֿאַרנעמען בלויז אַ באַשיידן אָרט צווישן היסטאָרישע, לינגוויסטישע, ליטעראַרישע און אַנאַליטישע מאַטעריאַלן פֿון זייער אַ הויכן ניוואָ; אַ סך מחברים זענען פּראָפֿעסאָרן, באַרימטע קולטור־טוער און געניטע וועלטלעכע זשורנאַליסטן.
גאָרין האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער היסטאָרישער ערשטער נומער פֿון „לחיים‟ האָט זיך באַקומען אומגעלומפּערט, אָנגעשטאָפּט מיט כאַפּ־לאַפּ איבערגעדרוקטע אַרטיקלען פֿון אַנדערע אויסגאַבעס. דער רעדאַקטאָר האָט אָבער גיך פֿאַרשטאַנען, אַז דער רוסישער לייענער נייטיקט זיך אין אַן עכטן אינטעליגענטן זשורנאַל, וואָס באַגרענעצט זיך נישט מיט ספּעציפֿיש־פֿרומע אָדער שטרענג־ייִדישע טעמעס.
[…]