Rotterdam City Hall Flies Israeli Flag After Jerusalem Attack

630 415

אַמסטערדאַם. — די מוניציפּאַליטעט אין ראָטערדאַם, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין האָלאַנד, האָט מאָנטיק געלאָזט פֿלאַטערן אַ ישׂראלדיקע פֿאָן אין סאָלידאַריטעט מיט מדינת־ישׂראל, נאָך אַ טעראָריסטישן אַטאַק אין ירושלים.

דער שטאָטראַט האָט דינסטיק געהויבן די ישׂראלדיקע פֿאָן לויטן פֿאָרלייג פֿון באַרט שוט, אַ זשורנאַליסט פֿון דער גרעסטער ייִדישער וואָכנשריפֿט אין לאַנד — Nieuw Israelitisch Weekblad — נאָך דער שחיטה פֿון פֿיר סאָלדאַטן זונטיק אין ירושלים, ווען אַ פּאַלעסטינער טעראָריסט איז אַרײַנגעפֿאָרן מיט זײַן משׂא־אויטאָ אין אַ גרופּע סאָלדאַטן, וואָס זענען ערשט געהאַט אַרויסגעקומען פֿון אַן אויטאָבוס אין דער געגנט אַרנון הנציבֿ. פֿיר מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן, און 15 — פֿאַרוווּנדיקט.

דער בירגערמײַסטער פֿון ראָטערדאַם, אַכמעד אַבוטאַלעב פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, איז אַ מאַראָקאָ־געבוירענער מוסולמענער. דער באַשלוס צו הייבן די ישׂראלדיקע פֿאָן איז אָבער נישט געקומען פֿון אים, נאָר פֿון יוסט אירדמאַנס, דער אַמטירנדיקער בירגערמײַסטער און פֿירער פֿון דער רעכט־געשטימטער פּראָ־ישׂראלדיקער פּאַרטיי, Livable Rotterdam [אַ ראָטערדאַם וווּ ס׳איז כּדאַי צו וווינען].

דינסטיק האָט די פּאַריזער בירגערמײַסטערין אַנע הידאַלגאָ געמאָלדן, אַז מע וועט פּראָיעקטירן אַן אימאַזש פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָן אויפֿן פּאַריזער ראָטהויז. „הײַנט אין אָוונט, 7:30, וועט מען באַלײַכטן דעם ׳האָטעל דע וויע׳ מיט די פֿאַרבן פֿון ישׂראל, אין אָנדענק פֿון די קרבנות פֿונעם אַטאַק אין ירושלים,‟ האָט הידאַלגאָ געשריבן אויף „טוויטער‟.

מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט מען געהאַט פּראָיעקטירט אַן אימאַזש פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָן אויפֿן בראַנדענבורגער טויער אין בערלין.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201731/rotterdam-city-hall-flies-israeli-flag-after-jerus/#ixzz4VrddMVVN