Zygmunt Bauman, the Scholar of Modernity

630 326

זיגמונט באַומאַן, דער פּױליש־ענגליש־ייִדישער סאָציאָלאָג װאָס איז נפֿטר געװאָרן דעם 9טן יאַנואַר, איז באַקאַנט געװאָרן צוליב זײַנע קלאָרע און שאַרפֿע קריטישע חקירות פֿונעם אינערלעכן זין פֿון דער מאָדערנער און פּאָסט־מאָדערנער תּקופֿה.

הײַנט װען די סאָציאָלאָגישע װיסנשאַפֿט איז פֿאַרטאָן אין סטאַטיסטישע קאַלקולאַציעס פֿון עפֿנטעלכע מײנונגען, האָט זיך באַומאַן געהאַלטן בײַ דער אַלטער, דענקערישער שיטה. זײַן רײַכע פּערזענלעכע לעבנס־דערפֿאַרונג האָט אים דערמעגלעכט צו דערקלײַבן זיך צו די שרשים פֿון מאָדערנער פּאָליטיק און דערקלערן דאָס אױף אַ קלאָרן און לאָגישן אופֿן.

באַומען איז געװען זוכה ניט נאָר צו דערלעבן ביזן סאָלידן עלטער פֿון 92 יאָר, נאָר אױך אָפּצוהיטן פֿיזישע כּוחות און אַ געזונטן שׂכל. ער איז געװאָרן באַזונדערס פּאָפּולער אין די לעצטע דרײַסיק יאָר פֿון זײַן לעבן, װען ער האָט אָנגעשריבן דאָס רובֿ פֿון זײַנע ביכער. די דאָזיקע כראָנאָלאָגיע איז ניט צופֿעליק, װאָרן באַומאַנס געדאַנקען האָבן זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם אַנאַליז פֿון דער װעלט נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם, װאָס ער האָט זײער גוט געקענט פֿון אינעװײניק.

באַומאַן איז געבױרן געװאָרן אין אַ װעלטלעכער ייִדישער משפּחה אין פּױזן אין 1925. ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז אַרײַן אין דער פּױלישער אַרמײ, װאָס די סאָװעטן האָבן אױסגעפֿורעמט אונטער זײער השגחה. נאָך דער מלחמה האָט ער געדינט אין דער מיליטערישער אױסשפּיר־דינסט, אָבער אין 1953, װען זײַן פֿאָטער האָט צוגעשטעלט אַ בקשה אַרױסצופֿאָרן קײן ישׂראל, האָט מען אים אָפּגעזאָגט. מיט דער צײַט האָט ער באַקומען אַ שטעלע פֿון אַ לעקטאָר אין סאָציאָלאָגיע. צו יענער צײַט איז ער געװען אַ געטרײַער מאַרקסיסט, הגם בהדרגה איז ער געװאָרן אַנטױשט אינעם קאָמוניסטישן רעזשים. אין 1968, בעת די אַנטיסעמיטישע „רײניקונגען‟ פֿון דער פּױליש־ייִדישער אינטעליגענץ, האָט ער פֿאַרלאָזט פּױלן און געלערנט אַ װײַלע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט. אין גיכן האָט ער באַקומען אַ פּראָפֿעסור אין לידס, ענגלאַנד און זיך אַריבערגעקליבן אַהין.

אַנשטאָט צו זוכן סטאַטיסטישע פּרוּװן פֿאַר זײַנע השערות, האָט באַומאַן געפּרוּװט משׂיג זײַן דעם גײַסטיקן מצבֿ פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה. ער האָט געהאַט זײַן אײגענע קריטישע פּאָזיציע לגבי פֿאַרשידענע אידעאָלאָגיעס, בתוכם ציוניזם און קאָמוניזם. די הױפּט־פֿיגור פֿון זײַן קריטישע חקירות אין די לעצטע יאָרן איז געװען די פּאָסט־מאָדערנע קולטור פֿון מאָראַלישע ספֿקות. מען האָט אַראָפּגענומען דעם אַלטן בנין פֿון מעכטיקע אױטאָריטעטן, אָבער גאָר ניט געבױט אױף זײַן אָרט. דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ בלױז פֿאַר כּלערלײ אױסטראַכטענישן און ספּעקולאַציעס. אַזױ אַרום, טענהט באַומאַן, מײנט די איצטיקע פּאָסט־מאָדערנע תּקופֿה דעם ענדגילטיקן נצחון פֿון די כּוחות פֿון מאָדערניזאַציע, װאָס האָבן געענדערט די געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק, װירטשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע.

דער מאָדערנטער מענטש װיל זיכערקײט און פֿרײַהײט, אָבער עס איז קלאָר, אַז מען קאָן ניט האָבן בײדע. דאַרף מען מקריבֿ זײַן אײנע פֿאַר דער אַנדערע, און לרובֿ קלײַבט מען זיכערקײט איבער פֿרײַהײט. אָבער װעמען קען מען זיך צוטרױען מיט דער אײגענער, פּריװאַטער זיכערקײט? דאָ קומען אַרױס אױף דער בינע די פּאָפּוליסטישע פּאָליטיקער, װאָס זאָגן צו צו פֿאַרטײדיקן די „אײגענע‟, אַלט־געזעסענע בירגער, קעגן די „פֿרעמדע‟: אימיגראַנטן, פּעדאָפֿילן, האָמאָסעקסועלער וכדומה. די פֿיגור פֿונעם „פֿרעמדן‟, האַלט באַומאַן, איז דער עיקרדיקער עלעמענט פֿון דער מאָדערנער פּאָליטיק, װאָס דאַרף מאָביליזירן די געזעלשאַפֿט װי אַ פֿאַראײניקטער קיבוץ.

דער סאַמע בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין פּאָליטישער מאָביליזאַציע פֿון די „אײגענע‟ קעגן דעם „פֿרעמדן‟ איז געװען היטלערס דײַטשלאַנד. אַזױ אַרום, טענהט באַומאַן אין דעם סאַמע באַרימטן בוך זײַנעם, „מאָדערנקײט און דער חורבן‟ (1989), איז דער חורבן געװען ניט קײן אױסנאַמיקע טראַגעדיע, אַ מין פּלוצעמדיקער אומקער צו דער באַרבאַרישער קדמונים־צײַט, נאָר אַ דירעקטער פּועל־יוצא פֿון דער מאָדערנער אַנטװיקלונג. און דאָס הײסט, אַז עפּעס ענלעכס לאָזט זיך טרעפֿן אין אַנדערע פֿאַלן, װען פּאָליטיקער באַנוצן זיך מיטן געפֿערלעכן כּלים פֿון „אָפּפֿרעמדן‟ אַ געװיסע גרופּע מענטשן.

באַומאַנס אױסטײַטשונג פֿונעם ייִדישן חורבן ציט איר אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון די חקרירות פֿון חנה אַרענדט און טעאָדאָר אַדאָרנאָ. די ייִדישקײט פֿון די קרבנות שפּילט דערבײַ אַ קנאַפּע ראָלע. דער עיקר איז דאָס, װאָס דער נאַציסטישער רעזשים האָט פֿאַר זײ באַשטימט די ראָלע פֿונעם „פֿרעמדן‟. און דאָ קומט פֿאָר די שפּאַלטונג צװישן צװײ שיטות פֿון באַזיניקן דעם חורבן. אײן שיטה האַלט מיט באַומאַנען, אַז דער עיקר איז דאָס מאַכן פֿונעם „פֿרעמדן‟ אַ כּפּרה פֿאַר די „אײגענע‟, בעת די אַנדערע שיטה האַלט דעם חורבן פֿאַר אַ ייִדישער היסטאָרישער קאַטאַסטראָפֿע, װאָס מאַכט אים אַנדערש פֿון אַנדערע מינים רדיפֿות און מאַסן־מאָרד.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202119/zygmunt-bauman-the-scholar-of-modernity/#ixzz4XGqmnJKB