שוין אַ לאַנגע צײַט באַמערקט מען אויף אַ ריי ניו־יאָרקער דעמאָנסטראַציעס אַ ריזיקן פּלאַקאַט מיט דער לאָזונג אויף ייִדיש און ענגליש „מיר וועלן זיי איבערלעבן‟. אַ לייענערין האָט אונדז לעצטנס געשיקט אַ פּאָר בילדער פֿונעם פּלאַקאַט וואָס זי האָט געמאַכט שבת אין ניו־יאָרק אויפֿן ריזיקן פֿרויען־מאַרש קעגן דער פּאָליטיק פֿונעם ערשט־אײַנגעשוווירענעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ.
לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט The Jewniverse איז דער פּלאַקאַט געשאַפֿן געוואָרן דורך דרײַ ניו־יאָרקער אַקטיוויסטן וואָס זענען טעטיק אין דער קלעזמער־וועלט — חנה טעמפּל, רפֿאל מישלער און דזשעני ראָמיין. די לאָזונג (וואָס זיי האָבן נישט־ריכטיק אויסגעלייגט) — „מיר וועלן זיי עיבערלעבן‟ — שטאַמט פֿון אַן אינצידענט וואָס איז כּלורמשט פֿאָרגעקומען בשעת א מאַסן־עקזעקוציע אין לובלין אין 1939.
לויט דער געשיכטע האָט מען צו יענער צײַט פֿאַרשפּאַרט אַ גרופּע חסידים קעגן אַ פּלויט פֿון שטעכלדראָט און מע האָט זיי געהייסן זינגען, כּדי זיי זאָלן באַגלייטן זייער עקזעקוציע מיט געזאַנג. איינער פֿון די חסידים האָט אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער קיינער האָט מיט אים ניט מיטגעזונגען. דערנאָך האָט ער אימפּראָוואָזירט די ווערטער „מיר וועלן זיי איבערלעבן, איבערלעבן, איבערלעבן‟. לויט אַ באַשרײַבונג פֿונעם היסטאָריקער משה פּראַגער האָבן די ייִדן ווײַטער געזונגען אַפֿילו נאָך דעם, וואָס די „עס־עס‟־לײַט האָבן זיי אָנגעהויבן ווילד צו שלאָגן מיט בײַטשן און פֿלאָקנס.
די אַקטיוויסטן האָבן זיך דערוווּסט וועגן דער געשיכטע פֿון דער לידער־זאַמלונג „פּערל פֿון ייִדישן ליד‟, וואָס עס האָבן אַרויסגעגעבן חנה און יאָסל מלאָטעק, אויפֿן סמך פֿון די לידער וואָס זיי האָבן געזאַמלט פֿאַר זייער „פֿאָרווערטס‟־רובריק „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟.
חנה טעמפּל האָט געזאָגט Jewniverse, אַז דער שילד איז „אַ טייל פֿון אונדזער אַרבעט צו מאַכן דאָס ייִדישע קולטור פּאָליטיש־רעלעוואַנט. מיר באַנוצן די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט אַ גאַנץ יאָר אויף נײַע אופֿנים, ניט סתּם לשם נאָסטאַלגיע, נאָר אַז זי זאָל דינען אונדזערע אייגענע צוועקן.‟