דער רוסיש־ייִדישער שרײַבער װאַסילי (יוסף) גראָסמאַן (1905—1964) איז געװאָרןּ װעלט־באַרימט ערשט אַרום פֿופֿצן יאָר נאָך זײַן טױט, װען זײַן עפּישער ראָמאַן „לעבן און גורל” איז אַרױס אין אױסלאַנד אין 1980.
דער ראָמאַן האָט הינטער זיך אַ דראַמאַטישע געשיכטע. די כּתבֿ־ידן זײַנען קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, און בלױז אײן קאָפּיע איז בסוד פֿאַרבאַהאַלטן געװאָרן בײַ גראָסמאַנס אַ חבֿר, דעם דיכטער סעמיאָן ליפּקין. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט זיך ליפּקינען אײַנגעגעבן איבערצושמוגלען דעם כּתבֿ־יד פֿון העכער װי אײן טױזנט זײַטן קײן אױסלאַנד, און זינט דעם איז דאָס בוך געװאָרן אַ קלאַסיש װערק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
עד־היום האָט מען געקענט די דאָזיקע געשיכטע דער עיקר לױט זכרונות פֿון ליפּקינען און אַ פּאָר אַנדערע פֿרײַנד פֿון גראָסמאַן. נאַטירלעך, זײַנען זכרונות בטבֿע ניט קײן פֿאַרלאָזלעכער מקור, בפֿרט אין אַזאַ פֿאַל װוּ מען האָט ניט קײן צוטריט צו אָפֿיציעלע דאָקומענטן. איצט האָבן זיך די מאָסקװער ליטעראַטור־פֿאָרשער דוד פֿעלדמאַן און יורי ביט־יונאַן אונטערגענומען אַ היסטאָרישע פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע אַרום דעם ראָמאַן. זײ באַטאָנען, אַז זײער אױפֿגאַבע איז אַנדערש װי בײַ די מעמואַריסטן. זײ זײַנען ניט אױסן צו שאַפֿן אַ נײַעם „גראָסמאַן־מיטאָס”, נאָר צו רעקאָנסטרויִרן, װי װײַט עס איז מעגלעך, די אומשטאַנדן פֿון די לעצטע יאָרן פֿון גראָסמאַנס לעבן.
גראָסמאַן האָט גענומען שרײַבן זײַן ראָמאַן אין די מיט־1950ער יאָרן, אין דער צײַט פֿון דער „אָדליגע” נאָך סטאַלינס טױט. צו יענער צײַט האָט ער זיך שױן קונה־שם געװען אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור מיט ראָמאַנען װעגן דער מלחמה, װאָס זײַנען אַרױסגעװאַקסן פֿון זײַן אַרבעט װי אַ פֿראָנט־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער מיליטערישער צײַטונג „דער רױטער שטערן”. די ראָמאַנען זײַנען געװען קינסטלעריש געראָטן, אָבער אױך אידעאָלאָגיש אױסגעהאַלטן. די אַנטיסעמיטישע גזירות פֿון 1948—1953 האָבן אים קױם באַרירט, און גלײַך נאָך סטאַלינס טױט האָט גראָסמאַן װידער פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט צװישן די פּני פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור.
אָבער אינעװײניק איז ער געװאָרן אַלץ מער אַנטױשט אין דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע און פּראַקטיק, בפֿרט װען מען האָט אַנטפּלעקט, הגם בלױז טײלװײַז, דעם שרעקלעכן אמת װעגן סטאַלינס טעראָר. גראָסמאַן איז געקומען צום אױספֿיר, אַז דער קאָמוניסטישער רעזשים און דער נאַציסטישער זײַנען בעצם ענלעך, און אײן זאַך װאָס זײ האָבן בשותּפֿות איז אַנטיסעמיטיזם. ער איז ניט געװען קײן היסטאָריקער אָדער פּאָליטאָלאָג, נאָר אַ שרײַבער, און ער האָט באַשלאָסן אױסצודריקן זײַנע מחשבֿות אין דער ליטעראַרישער פֿאָרם פֿונעם עפּישן ראָמאַן לױטן שניט פֿון לעװ טאָלסטויס „מלחמה און שלום”.