הונדערטער יאָרן איז עס געווען אוממעגלעך פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן צו לערנען אַ בלאַט גמרא. ערשטנס ווײַל ס׳איז געשריבן אויף אַרמיש, און צווייטנס — ווײַל זי האָט ניט קיין אָפּשטעל־צייכנס. דערצו איז דער ריזיקער טעקסט, וואָס באַשטייט פֿון איבער 6,200 זײַטן פֿונאַנדערגעטיילט אין 63 מסכתּות (טראַקטאַטן), געווען פּשוט צו גרויס און טײַער פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן צו האָבן בײַ זיך אין דער היים. ס׳רובֿ קהילות האָבן פֿאַרמאָגט בלויז אַ פּאָר גאַנצע גמרות, וואָס זענען געווען צוטריטלעך נאָר די ייִדן וואָס האָבן באַקומען אַ גוטן טראַדיציאָנעלן חינוך.
אין די לעצטע 10 יאָר האָט זיך דער מצבֿ שטאַרק געביטן. מע פֿירט דורך אַ ריי פּראָגראַמען און איניציאַטיוון צו דערמעגלעכן, אַז אַלץ מער מענטשן זאָלן קענען לייענען און פֿאַרשטיין די גמרא. קודם האָט מען אַרויסגעלאָזט, אָדער מע האַלט אין אַרויסלאָזן, פּראָפֿעסיאָנעלע פֿולשטענדיקע איבערזעצונגען פֿונעם טעקסט אויף אַ ריי שפּראַכן (מאָדערנעם העברעיִש, ענגליש, רוסיש, איטאַליעניש, דײַטש, אַראַביש און נאָך). דערצו שאַפֿט מען אַ ריי קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען און וועבזײַטן, וואָס פֿאַרגרינגערן דעם פּראָצעס פֿון לייענען דעם גאָר־קאָמפּליצירטן טעקסט.
לעצטנס האָט די ריזיקע אָנלײַן־ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ספֿרים, „ספֿריה‟, געלאָזט וויסן, אַז זי שאַפֿט אַ נײַעם נוסח פֿון דער גמרא, וואָס מע קען נוצן בחינם. די נאָוואַטאָרישע וועבזײַט, וואָס וועט אַרײַננעמען סײַ דעם אָריגינעלן טעקסט אויף לשון־קודש, סײַ די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון הרבֿ עדין שטיינזאַלץ באַנאַנד מיט אַ פֿולשטענדיקער ענגלישער איבערזעצונג, צייכנט זיך אויס מיט זײַן בייגעוודיקייט. דורך פּאַראַלעלע איבערזעצונגען, פֿאַרבינדונגען צו ציטאַטן פֿון חומש, מדרש, קבלה און די פּירושים פֿון אַ ריי מפֿרשים קען מען מיט איין קוועטש פֿונעם קאָמפּיוטער־מײַזל זיך גלײַך דערוויסן דעם קוואַל פֿון דער מישנה אין תּנ׳׳ך אָדער וואָס רש׳׳י האָט געשריבן וועגן איר.
ביז אַהער האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט 22 פֿון די 63 מסכתּות אויף ענגליש (פֿון „ברכות‟ ביז „בבֿא בתרא‟). מע דערוואַרט אַז דעם פֿולן טעקסט וועט מען פֿאַרעפֿטנלעכן אויף ענגליש און העברעיִש אין די קומענדיקע פּאָר יאָר.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוך: https://blog.sefaria.org/2017/02/07/setting-the-talmud-free/#more-2301.