די רעגיסטראַציע פֿאַר דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִוואָ און באַרד־קאַלעדזש איז אָפֿן.י
די ווײַנרײַך־פּראָגראַם איז די עלטסטע, די לענגסטע און די אינטענסיװסטע פֿון די אַלע זומער־פּראָגראַמען.י
אונדזערע לערערס זײַנען פֿון די סאַמע איבערגעגעבנסטע אויף דער וועלט.י
מיר האָבן קלאַסן אויף פֿיר מדרגות: אָנהייבער, מיטנדיקע 1 און 2, ווײַטהאַלטער.דערצו איז דאָ אַ רײַכע אַקאַדעמישע און קולטורעלע פּראָגראַם לעקציעס, שמועס־קלאַסן, מוזיק־ און טעאַטער־וואַרשטאַטן, פֿילמען, עקסקורסיעס, קאָנצערטן און פֿאַרברענגען.י
מיר מוטיקן סטודענטן פֿון אַלע עלטערס און נאַציאָנאַליטעטן אָנצוגעבן אַפּליקאַציע.י
נאָך פּרטים ווי אויך די אָנלײַן־אַפּליקאַציע קען מען געפֿינען דאָ:י
מיר גיבן פֿולע און טיילווײַזע סטיפּענדיעס. פֿאַרפֿעלט ניט דעם טערמין.י
אויסלענדישע סטודענטן און די װאָס בעטן פֿינאַנציעלע הילף
דאַרפֿן אָנגעבן אַפּליקאַציע ביז דעם 24טן פֿעברואַר.י
אַנדערע – ביז דעם 3טן אַפּריל.י
דאָס לערנען זיך ייִדיש אין ייִװאָ/צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין ניו־יאָרק, עד־היום אַ דינאַמישער צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור, איז אַן אומפֿאַרגעסלעכע און אָפֿט פֿאָרמאַטיווע פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע איבערלעבונג אין אַ סטודענטס לעבן.י
פֿראַגעס – אַדרבא, פֿאַרבינדט זיך מיט דעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר, ד”ר שבֿע צוקער
אָדער בען קאַפּלאַן, דערציִונג־אַדמיניסטראַטאָר בײַם ייִוואָ
מיר קוקן אַרויס אויף אײַער אַפּליקאַציע.י
Registration for the Uriel Weinreich Program in Yiddish Language, Literature and Culture sponsored by the YIVO Institute and Bard College is now open.
* The Weinreich Program is the oldest, the longest and the most intensive of the Yiddish summer programs.
* Our teachers care passionately about teaching.
* The program offers classes at the beginner, intermediate I and II and advanced levels. Morning classes are supplemented by a rich academic and cultural program of lectures, conversation classes, music and theater workshops, films, tours, concerts and social events.
* Housing will be available to students.
Students of all ages and nationalities are encouraged to apply. Find out more about the program and connect to the online application form at our online home: summerprogram.yivo.org. Please direct questions to Ben Kaplan, Education administrator bkaplan@yivo.cjh.org.
Generous need-based full and partial tuition wavers are available to deserving students. DON’T MISS THE FEBRUARY 24th DEADLINE FOR FOREIGN STUDENTS AND FOR ALL STUDENTS SEEKING FINANCIAL AID.
Others by April 3. summerprogram.yivo.org
Studying Yiddish at the YIVO/Center for Jewish History in New York, a dynamic center of Yiddish culture to this very day, is an unforgettable and often definitive personal and professional experience in a student’s life.
See the postcard below for important dates and please share with other potential applicants.
Contact Academic Director, Sheva Zucker, sczucker@aol.com or Ben Kaplan, Education Administrator at YIVO, bkaplan@yivo.cjh.org if you have any questions.