Former Olympic Gymnast Wins Israel Prize at 96

645 430

די געוועזענע אָלימפּישע גימנאַזיסטקע און חורבן־געליטענע אַגנעס קעלעטי האָט צו 96 יאָר געוווּנען די ישׂראל־פּרעמיע אויפֿן פֿעלד פֿון ספּאָרט.

לויט אַ באַריכט אין „הארץ“ האָט דער פּרעמיר־קאָמיטעט געהאַט דערקלערט אַז קעלעטי איז „אַ יחיד־במינו, אַ מעכטיקע און געניאַלע פֿרוי, אַ פּיאָניר, אַ פֿירער און אַ ראָלמאָדעל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע און לעבט דאָך צווישן אונדז.״

קעלעטי, אַ געבוירענע אין אונגערן, האָט עולה געווען אין 1957 און איז איינע פֿון די גרינדערס פֿונעם גימנאַסטיק־פֿעלד אין ישׂראל. פֿופֿציק יאָר לאַנג איז זי געווען אַ פֿירער אויפֿן תּחום און אויסטרענירט עטלעכע דורות גימנאַסטן און טשעמפּיאָנען.

אַ געבוירענע אין בודאַפּעשט אין 1921 האָט קעלעטי אָנגעהויבן פּראַקטיצירן שווימען און גימנאַסטיק צו פֿיר יאָר, אָבער האָט ערנצט אָנגעהויבן זיך טרענירן ערשט צו זעכצן יאָר.

דעם חורבן האָט זי איבערגעלעבט מיט דער הילף פֿון געפֿעלשטע דאָקומענטן און אַן אַליאַס, און האָט געאַרבעט סײַ ווי אַ דינסט אין דער פּראָווינץ סײַ ווי אַ פֿאַבריק־אַרבעטער. איר מאַמע און שוועסטער זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך דעם שוועדישן דיפּלאָמאַט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202520/former-olympic-gymnast-wins-israel-prize-at-/#ixzz4Z3vwvg8C