די טעג, בשעת עס זעט אויס אַז די וועלט ווערט אַלץ מער משוגע, מיט פּרעזידענט טראַמפּ, סטיווען באַנאָן, און מאַרי לאַ־פּען אין פֿראַנקרײַך, איז שווער צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ מקום־מנוחה. וואָס טוט מען ווען מען ווערט נערוועז פֿון די נײַעס? וואָס זאָל מען טאָן ווען מע וויל אַ טראָפּן קלאָרקייט צוריקבאַקומען, עפּעס וואָס איז גאָר זעלטן בנימצא? ווי אַזוי און מיט וואָס גיט מען זיך אַ עצה?
ווי תּמיד, איז די בעסטע רפֿואה פֿאַר דער נשמה אין אַזעלכע סיטואַציעס — הומאָר! שוין איבער פֿופֿציק יאָר, איז דאָן ריקלס איינער פֿון די באַקאַנטסטע פֿיגורן פֿונעם אַמעריקאַנער הומאָר, בפֿרט ווי אַן אַזוי גערופֿענער באַליידיקונג־קאָמעדיאַנט. לעצטנס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין די קינאָס איבערן לאַנד דער פֿילם The Comedian [דער קאָמיקער], באַזירט אויפֿן געשטאַלט פֿון דאָן ריקלס. ראָבערט דע־ניראָ שפּילט די הויפּטראָלע:
ריקלס איז געבוירן געוואָרן אין 1926 אין קווינס, ניו־יאָרק בײַ ייִדישע עלטערן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם, פֿלעגט ער רעדן ייִדיש אין דער היים. נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿונעם מיליטער־דינסט אין 1946 (געדינט האָט ער אין די פֿיליפּינען), האָט ער פּראָבירט ווערן אַן אַקטיאָר. אָבער קיין סך ראָלעס האָט ער נישט באַקומען, האָט ער בלית־ברירה אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ „סטענדאַפּ”־קאָמיקער אין די קאַטסקילס־בערג.
אויפֿטרעטנדיק אויך אין גראָבע ניו־יאָרקער נאַכטקלובן (צי אין לאַס־וועגאַס), וווּ צווישנרופֿערס העצן כּסדר דעם אויפֿטרעטער, האָט ריקלס גענומען אָפּענטפֿערן יענע פּאַרשוינען. ער פֿלעגט חוזק מאַכן פֿון יענעמס אָפּשטאַם אָדער אויסזען, איבערטרײַבנדיק אַלעמענס אומזיכערקייטן און ניצנדיק אַלע געזעלשאַפֿטלעכע סטערעאָטיפּן, אַבי אַרויסצורופֿן געלעכטער. מיט דער צײַט האָט ער אַנטוויקלט דעם סטיל פֿון אַ באַליידיקונג־קאָמעדיאַנט, אַן עטיקעט וואָס ריקלסן אַליין געפֿעלט נישט.
אין אָקטאָבער 2015, ווען ער האָט געפּראַוועט זײַן 88סטן געבוירן־טאָג, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ ריי פּערסאָנאַזשן אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם אַלטן קאָמיקער לכּבֿוד זײַן לאַנגער הצלחהדיקער קאַריערע אין „שאָו ביזנעס”. דעם אָוונט האָט מען אָנגערופֿן „בלויז אויף איין נאַכט: אַן אָל־סטאַר טריבוט צו דאָן ריקלס”, און ס’איז פֿאָרגעקומען אין דעם באַרימטן „אַפּאָלאָ”־טעאַטער אין האַרלעם. דאָס וואָס דער אָוונט איז דווקא דאָרט פֿאָרגעקומען, אין „דער היים פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער”, האָט אַרויסגערופֿן הומאָריסטישע מאָמענטן מצד די באַטייליקטע. דזשאָן וויליאַמס, דער פּאָפּולערער פּאָליטישער סאַטיריקער, האָט למשל בנוגע צו דעם ענין באַמערקט:
„איך האַלט אַז די ייִדישע קהילה און די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער קהילה דאַרפֿן זײַן אין איינעם, מיר זאָלן זיך נישט צעקריגן… מיר קומען פֿון דער זעלבער געשיכטע, 2000 יאָר פֿון רדיפֿות. מיר האָבן פּשוט אויסגעדריקט אונדזערע יסורים אויף אַנדערע אופֿנים. די שוואַרצע האָבן אַנוויקלט די „בלוז”. מיר ייִדן האָבן ליב צו באַקלאָגן זיך, מיר האָבן פּשוט קיינמאָל נישט געטראַכט עס צו באַגלייטן מיט מוזיק… עס דערמאָנט מיר דאָס „בלוז”־ליד, וואָס מײַן באָבע האָט אָנגעשריבן: „ס׳איז זייער ווינטיק דאָ”. אפֿשר זײַט איר מער באַקאַנט מיט זײַן בי־סײַד „איצטער איז עס צו הייס”. זי איז געווען זייער שווער צופֿרידנצושטעלן…
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202710/don-rickles-orders-you-to-laugh/?p=all#ixzz4aPrP3xUN