וווּ קען מען זיך לערנען הײַנט בדחנות מחוץ דער חסידישער וועלט? אַ פּנים אין דײַטשלאַנד.
די אָרגאַניזאַציע „ייִדיש זומער־ווײַמאַר“, וואָס פֿירט אָן אַ גאַנצן זומער מיט פֿאַרשידנאַרטיקע קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿאַר מוזיקער, טענצער, אַקטיאָרן און קינסטלער וועגן ייִדיש און דער ייִדישער קולטור, האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז דער ייִדישער זינגער און כּלל־טוער מענדי כּהנא וועט סוף־יולי אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיוון דרײַ־טאָגיקן קורס איבער בדחנות.
אינעם קורס, וואָס ער וועט האַלטן אויף ייִדיש, וועט ער דערקלערן די היסטאָרישע, קינסטלערישע און געזעלשאַפֿטלעכע ראָלעס וואָס עס האָט געשפּילט דער בדחן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. מע וועט דיסקוטירן דערבײַ די „סובווערסיווע“ ראָלע וואָס דער בדחן האָט געשפּילט אין דער ייִדישער געשיכטע און ווי אַזוי די ייִדישע טומלער און לצים האָבן געווירקט אויפֿן ייִדישן הומאָר.
מענדי כּהנא איז אויפֿגעוואַקסן אין דער חסידישער קהילה פֿון אַנטווערפּן, וווּ ער האָט זיך פֿאַרליבט אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער און בדחנות. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון „יונג־ייִדיש“ אין ישׂראל איז ער אויך אַ לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַן אַקטיאָר, אַ פּראָפֿעסיאָנלער זינגער און עקספּערט אויפֿן געביט פֿון בדחנות. ער האָט אויסגעפֿאָרשט די בדחונות־טראַדיציעס בײַ אַלטע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, ווי אויך אין די חסידישע צענטערס איבער דער גאָרער וועלט, איבערהויפּט אין ישׂראל און בעלגיע.
די וואָס ווילן אָנטייל נעמען אינעם קורס מוזן פֿליסיק קענען ייִדיש און קענען גוט זינגען. די וואָס קענען ניט גוט זינגען זענען פֿאַרבעטן צו קומען אויפֿן קורס און הערן די לעקציעס אָבער ניט אָנטיילצונעמען.
נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: andreas.schmitges@othermusic.eu.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202798/learn-to-be-a-badkhn-in-yiddish/#ixzz4afYDSxYY