עס איז א גרויסער טאג פאר מיר היינט! איך גיי אט אט ארויף אויף א פליגער (עראפלאן) צום ערשטן מאל זייט איך לעב אויף דער וועלט. איך בין אזוי אויפגעהייטערט און איבערראשט אז איך פארגעס צו זיין נערוועז. איך טראכט: נישט געפערליך, איך בין מיט מיט מיינע חבר׳טעס, און טויזענטער מענטשן האבן דאס שוין דורכגעמאכט, פארוואס זאל ביי מיר זיין אנדערש? אבער וויבאלד ער הייבט זיך אין דער לופטן הייבט זיך אן דער פאניק, און עס ווערט נישט בעסער ווען דער פילאט זאגט אריין אינעם הויך־הילכער אז צוליב דעם שטארק־ווינטיגן וועטער וועט זיין אביסל „טורבולאנס“ און דער עולם זאל זיך האלטן רואיג.
איך זיץ מיט גרויס אנגסט און פיל ווי דער פליגער ראנגלט זיך מיט די ווינטן. עס פילט בערך ווי מען איז אויף א גרויסן „סייקלאן“ און איך האב נישט ליב קיין „ריידס“. איך מורמל צו מיינע חברטעס: „שוין… דאס איז די לעצטע מאל וואס איך טו דאס… איך קום צוריק מיט א קאר…“ איך האב נישט באמת צו דער זאך גערעדט ווייל פארטא־ריקא איז אן אינזל און די איינציגסטע וועג ארויס איז דורכן וואסער.
צוביסלעך טרעפט דער פליגער א באקוועמען פלאץ אין דער לופט און מיט דעם ווער איך בארואיגט און זינק איין אין א טיפן שלאף!
ברוך הבא בשם השם אונז זעממיר אנגעקומען קיין פארטא־ריקא. די לופט שמעקט פון טייטלביימער און די אטמאספערע איז א רואיגע און אן אנגענעמע! די ערשטע זאך וואס מיר טוען איז לויפן צום ברעג און זיך באקן אביסל אונטער דער זון איידער זי גייט אונטער. די זאמד פילט ווי סאמעט אזויווי אויפן רבינס בעקישע אליין. די וואסער איז ווארעם און א קלארע בלויע קאליר, און די זון גלעט דאס פנים מיט ליבשאפט. א מחיה!
נאך א פיינע כשרע נאכטמאל וואס מיר האבן זיך מיטגעברענגט גייען מיר כאפן א טרינק מיט א רקידה׳לע לכבוד חודש אדר. די קרעטשמע איז באלויכטן. די שפאנישע מוזיק האט א באזונדערן חן און דער עולם לאזט זיך ארויס אין א טאנץ.
פרייטאג מערץ 3:
איך וועק מיך אויף צום געזאנג פון די כוואליעס פונעם ים. איך קוק ארויס פונעם פענסטער און זעה א הערליכע פאנאראמע! מה רבו מעשיך השם!
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/through-riki-s-eyes/203125/rikis-trip-to-paradise#0XNAKG