בערשאַד, אוקראַיִנע. — אויפֿן ערשטן בליק זעט אויס דאָס סומנע שטעטל בערשעד – וואָס ליגט 160 מײַל אויף דרום פֿון קיִעוו — נישט אַנדערש ווי די אַרומיקע פֿאַראָרעמטע פּראָווינץ.
די לופֿט איז אין בערשעד שטענדיק פֿול מיט רויך פֿונעם האָלצפֿײַער וואָס זײַנע 13,000 אײַנוווינערס ניצן בדרך־כּלל צו באַהייצן די שטיבער. מיט צוויי וואַקלדיקע בריקן איבערן פֿאַרפּעסטיקטן (און איצט פֿאַרפֿרוירענעם) טײַך דאָכנע זענען די וועגן באַפֿעלקערט מיט אַלטע סאָוועטישע טאַראַדײַקעס און נישטאָ דאָ קיין איין גאַסנלאָמפּ.
ווי אַ סך אַנדערע פֿאַרוואָרפֿענע אוקראַיִנישע שטעטלעך האָט בערשעד אויך אַ קליינע, עלטערע ייִדישע באַפֿעלקערונג. די ייִדן האַלטן זיך דאָ אָן, נישט־געקוקט אויף דעם וואָס כּמעט אַלע זייער קרובֿים לעבן זיך גאַנץ באַקוועם אין ישׂראל אָדער די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אָבער אין בערשעד איז דאָ מער ווי סע דאַכט זיך.
אַז מע קוקט זיך נעענטער צו צו דער יחיד־במינודיקער געשיכטע און אַרכיטעקטור זעט זיך עפּעס אומגלייבלעכס אָן: בערשעד, צווישן די לעצטע פֿאַרבליבענע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, געפֿינט זיך לעבן דער מאָלדאָווישער גרענעץ. כאָטש סע לעבן דאָ הײַנט נאָר פֿופֿציק ייִדן, איז עס אַ לעבעדיקער עדות אויף דער געוואַלדיקער דויערדיקייט פֿון דער ייִדישער קהילה, וואָס האַלט זיך אָן נישט־געקוקט אויף צענדליקער יאָרן פֿון קאָמוניסטישער רעפּרעסיע, דעם חורבן, און דער אויסוואַנדערונג פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.
דווקא אין דער בערשעדער שיל — וואָס מ׳האָט אויפֿגעבויט פֿון ליים מיט 200 יאָר צוריק — זעט זיך אָן די סאַמע אוניקאַלקייט פֿון דער ייִדישער קהילה. ס׳איז באמת נישט צום גלייבן אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט דער ייִדישער קהילה אין 1946 אומגעקערט דעם ווײַסן, צוויי־גאָרנדיקן בנין מיטן בלעכענעם דאַך. דאָס איז געווען באַלד נאָך דעם וואָס די רויטע אַרמיי האָט באַפֿרײַט די הײַנטיקע אוקראַיִנע פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע אַליִיִרטע. ס׳איז טאַקע געווען זייער אומגעוויינלעך דאָס צו טאָן אין דער סעקולאַריסטישער אימפּעריע וואָס האָט אונטער סטאַלין סיסטעמאַטיש נאַציאָנאַליזירט דאָס אייגנס פֿון כּמעט אַלע רעליגיעזע קהילות און האָט בדרך־כּלל גערודפֿט ייִדן וואָס האָבן געהאַלטן די מיצוות.
נאָכן נאַצישן גענאָציד האָט די אָ סאָוועטישע פּאָליטיק שיִער נישט אַוועקגעהרגעט דאָס ייִדישע לעבן איבער דער אוקראַיִנישער פּראָווינץ, וווּ סע פֿלעגן אַ מאָל עקסיסטירן טויזנטער שטעטלעך. יעפֿים וויגאָדנער, דער 64־יעריקער פֿירער (און ייִנגסטער מיטגליד) פֿון דער בערשעדער ייִדישער קהילה, האַלט אַז די אַקטיווע שיל איז געווען דער צענטער פֿונעם קאָמונאַלן לעבן אין שטעטל. אין די 1960ער יאָרן האָבן דאָ נאָך געלעבט אַרום 3,500 ייִדן.
אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָבן די בערשעדער ייִדן — אַ דאַנק זייער מזל, אָפּגעזונדערטקייט, פֿעסטקייט און פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די נישט־ייִדישע שכנים — אַרויסגעוויזן זייער איבערגעגעבנקייט צו זייער ייִדישער קולטור־ירושה, בפֿרט אום פּסח און יום־כּיפּור, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער היים און אַרײַן אין שיל.
וויגאָדנער האָט אין אַן אינטערוויו דערציילט דער ייִט״אַ, אַז ווען ער איז געווען אַ ייִנגל פֿלעגט זיך פֿאַר פּסח עפֿענען אַן אימפּראָוויזירט מצה־בעקערײַ לעבן דער שיל, און דער ריח פֿון דער זיך באַקנדיקער מצה האָט זיך געטראָגן איבער די בלאָטיקע גאַסן פֿון שטעטל.
[…]