שוין צוויי יאָר מאַכט די „פֿאָלקסבינע‟ אין צענטראַל־פּאַרק אַ ריזיקן קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟, וואָס איז ספּעציעל צוגעפּאַסט פֿאַרן פֿרומען עולם. כאָטש דער קאָנצערט איז אַ גרויסער דערפֿאָלג וואָס ברענגט צונויף די בעסטע פֿרומע מוזיקער און וועלטלעכע קלעזמאָרים צו שפּילן פֿאַר אַ פֿאַרשינדאַרטיקן פּובליקום, האָט מען פֿאַראַיאָרן געהערט אַ סך טענות, אַז קיין שום פֿרויען זענען ניט אויפֿגעטראָטן.
די „פֿאָלקסבינע‟ האָט איצט געלאָזט וויסן, אַז אַנשטאָט אַ קאָנצערט וואָס פֿאָלגט די תּקנות פֿון קול־אישה, וועט מען באַלד מאַכן אַ גאַלאַ־קאָנצערט וואָס פֿאָלגט „קול־איש‟. דאָס הייסט, אויפֿן קומענדיקן גאַלאַ־קאָנצערט „אונדזערע אָנפֿירנדיקע פֿרויען‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אום מוטערסטאָג (זונטיק, דעם 14טן מײַ), וועלן אויפֿטרעטן בלויז פֿרויען. ערנסט גערעדט, צי דאָס איז אַ צופֿאַל, צי באמת אַן אָפּרוף אויף די טענות אַז דער קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟ „שטופּט די זינגערינס צו דער זײַט‟ איז ניט קלאָר.
דער אָוונט וועט אַרײַננעמען פֿאָרשטעלונגען פֿון צענדליקער ייִדישע זינגערינס, אַקטיאָרנס און מוזיקערינס. צווישן זיי געפֿינט מען אַזעלכע באַקאַנטע נעמען פֿון דער ייִדישער בינע ווי דזשאָען באָרץ, עלינאָר ריסאַ, רחל יוכט, דניאלה ראַבאַני, חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן, רייטשל פּאָליקאַר און אַנעט איזיקיאַל־קאָגאַן (פֿון דער קאַפּעליע „גולם‟) און די באַקאַנטע בראָדוויי־אַקטריסע דזשודי קיי און די זינגערין רייטשל סיידזש. די אַקטריסע טובֿה פֿעלדשאָ וועט דינען ווי די קאָנפֿעראַנסיע און די פֿידלערין אַלישיאַ סוויגאַלס וועט דיריגירן דעם אָרקעסטער. עס וועט אויך אויפֿטרעטן אַ ספּעציעלער כאָר פֿון יונגע תּלמידות, וואָס וועלן פֿאָרשטעלן ייִדישע לידער.
[..].