דער בירגער־מײַסטער פֿון דער שטאָט מעקסיקע האָט געלייגט דעם ווינקלשטיין פֿון אַ ייִדישן קהילה־צענטער וואָס וועט אָפּקאָסטן קנאַפּע 5.3 מיליאָן דאָלאַר.
מיגעל אַנהעל מאַנסעראַ האָט געלויבט דעם באַשלוס מצד דער ייִדישער קהילה צו אינוועסטירן אינעם שטאָטראַיאָן קואַוטעמאָק. לויט אַ באַריכט אין דער צײַטונג „לאַ ראַזאָן“ באַטראַכט דער בירגער־מײַסטער די איניציאַטיוו ווי אַ סימן פֿון בטחון אין דער צוקונפֿט פֿונעם לאַנד.
„די ייִדישע קהילה ווײַזט אַרויס אַ ממשותדיקן, פּערמאַנענטן אימפּולס וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די אור־אַלטע ווערטן פֿון זייער פֿאָלק אָבער ווײַזט אויך אַרויס ליבשאַפֿט פֿאַר דער שטאָט און פֿאַר אירע אײַנוווינער,‟ האָט מאַנסעראַ געזאָגט.
מאַנסעראַ האָט אָנגעוויזן אויף דעם, אַז די שטאָט־קאָנסטיטוציע דערמאָנט דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם. דער פּרעזידענט פֿונעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון מעקסיקע, משה ראָמאַנאָ, האָט פֿון זײַן זײַט אַרויסגעהויבן די מלוכישע שטיץ וואָס איז צוגעשטעלט געוואָרן כּדי אויסצופֿירן אָרטיקע פּראָיעקטן. ער האָט צוגעגעבן ווי וויכטיק ס׳איז וואָס יעדעס מאָל וואָס מע קומט פֿון דער ייִדישער קהילה צון אַ שטאָט־באַאַמטן נעמט מען אים זייער שיין אויף.
מיט אַ וואָך צוריק האָט די אַרגענטינער ייִדישע שומר־וועבצײַטונג „אָבסערוואַטאָריאָ וועב“ דערמאָנט די שטיץ וואָס ס׳האָט אין יאַנואַר אַרויסגעוויזן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתּניהו פֿאַרן פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּס פּלאַן אויפֿצובויען אַ וואַנט וואָס זאָל צעטיילן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מעקסיקע. אָט די שטיץ האָט, לויט דער צײַטונג, אַרויסגערופֿן אַ באַאומרויִקנדיקע כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם אָנלײַן.
אין מעקסיקע וווינען הײַנט אַרום 50,000 ייִדן, וואָס דאָס איז די דריט גרעסטע ייִדישע קהילה אין לאַטײַן־אַמעריקע, נאָך אַרגענטינע און בראַזיל.