120 Years of the Forverts: The Warsaw Ghetto Uprising

630 326

להיפּוך צו אַ סך אַמעריקאַנער צײַטונגען, איבערהויפּט די „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געהאַלטן אין איין דרוקן באַריכטן וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע.

אָבער צוליב דעם וואָס די קאָמוניקאַציע צווישן אַמעריקע און די טיילן פֿון אייראָפּע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע זענען געווען כּמעט אין גאַנצן איבערגעריסן, זענען די ידיעות אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען וועגן דער מלחמה בכלל, און וועגן דעם גענאָציד איבער די ייִדן בפֿרט, ניט אַלעמאָל געווען קיין פּינקטלעכע. דאָס אַלגעמיינע בילד, אַז עס קומט פֿאָר אַ טראַגעדיע אָן קיין שום היסטאָרישן פּרעצעדענט, איז אָבער יאָ געווען קלאָר, נאָר מע האָט פֿאַרפּלאָנטערט אַ סך פּרטים צוליב דעם דוחק אין קאָמוניקאַציע.

אַזעלכע אומפּינקטלעכקייטן ווערן הײַנט אויסגענוצט דורך די אָפּלייקענער פֿונעם חורבן איבערצוצײַגן מענטשן, אַז קיין חורבן איז באמת ניט געווען. די עכטע היסטאָריקער פֿאַרשטייען גוט, פֿאַר וואָס די דאַטעס פֿון פֿאַרשידענע גרויסע געשעענישן זענען לכתּחילה ניט ריכטיק איבערגעגעבן געוואָרן דורך דער פּרעסע אָדער פֿאַר וואָס מע האָט אַמאָל באַשריבן געשעענישן, וואָס זענען בכלל ניט פֿאָרגעקומען. געוויסע בייזע פּאַרשוינען וואָס זוכן „באַווײַזן‟ וועגן דעם „ייִדישן ליגן‟, מאַכן אָבער פֿון דעם אַ גרויסן ענין.

אין דעם קאָנטעקסט איז אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן, ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לכתּחילה באַשריבן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. די ערשטע באַריכטן, פֿונעם 22סטן אַפּריל (דרײַ טעג נאָכן אָנהייב פֿונעם אויפֿשטאַנד) גיבן אָנצוהערענישן אַז עפּעס וויכטיק קומט פֿאָר, נאָר דערמאָנט קוים וועגן דעם אויפֿשטאַנד. אונטערן קעפּל „נאַציס שעכטן אויס לעצטע ייִדן אין וואַרשע, געהיימע ראַדיאָ זאָגט אַז נאַציס פֿירן לעצטע 35,000 ייִדן צו שחיטה‟ און „נאַציס הייבן אָן פּאָגראָם אין וואַרשע צו דעם צווייטן סדר‟, האָט מען געשריבן ווי די ייִדן „קעמפֿן מיט ליידיקע הענט קעגן באַוואָפֿנטע נאַצי־מערדער‟. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט די גרויליקע ווערטער:

„ווען די ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט זײַנען געזעסן בײַם צווייטן סדר און געפֿײַערט דעם יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן אויסשעכטן די לעצטע ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ.‟

די ידיעה, אַז עס קומט פֿאָר אַן אָרגאַניזירטער ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן איז ניט דערשינען אין „פֿאָרווערטס‟ ביז מיט צוויי טעג שפּעטער. דעם 24סטן אַפּריל 1943, אונטערן הויפּט־קעפּל „ענגלענדער נעמען נאָך דרײַ מײַל לעבן טוניס‟, האָט מען געשריבן אַז די „ייִדן אין וואַרשעווער געטאָ קעמפֿן מיט געווער קעגן נאַציס‟. אָט איז דער דעמאָלטדיקער „פֿאָרווערטס‟־באַריכט:

„די ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ קעמפֿן מיט געווער אין די הענט קעגן די נאַצישע סאָלדאַטן, וועלכע זײַנען געשיקט געוואָרן אַרויסצוטרײַבן די לעצטע פֿאַרבליבענע ייִדן פֿון וואַרשע. אַן אמתע שלאַכט האָט זיך צעפֿלאַקערט ווען די נאַציס האָבן אַרײַנגעשיקט טענקס [טאַנקען] און געפּאַנצערטע קאַרס [אויטאָס] צו באַהערשן דעם ווידערשטאַנד אין דער געטאָ.‟

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203579/-years-of-the-forverts-the-warsaw-ghetto-upris/#ixzz4ejUDpG5F