Interesting article in which a comparison between two great poets is made, one id Sutskever and the other one is Fridman. Both lived and wrote at the same time. The first one had greater world recognition, being both equally talented.
כ׳וועל אָנהייבן פֿון די שורות:
איצט שלאָפֿן די פֿידלען פֿאַרפֿרוירן אין שניי,
כאָטש דער ניגון איז נאָך וואַרעם
און ריזלט ווי בלוט אין זיי…
צי ווייסטו, טײַערער לייענער, ווער ס׳האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע שורות? צי געדענקט איר, ליבהאָבער פֿון די “פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע” די שורות:
אין טונקלעניש פֿון צימער האָט מײַן טיש געכליפּעט:
— העלף! איך וויל ווערן צוריק אַ בוים.
צי נאָך אַ סטראָפֿע:
איצט בין איך אַ קריגל מיט קוואַלנדיקן ווײַן.
ס׳האָט גאָט די זיסטע טרויבן אויסגעקוועטשט
און געגאָסן זיי אין מיר אַרײַן.
דאָס קריגל קערט זיך אום צו ליים.
און דער ווײַן —
צו גאָט אַהיים.
כ׳האָב זיך פֿאַרליבט אין יעקבֿ פֿרידמאַנס לידער, וועלכע איך ברענג העכער צופֿירן, נאָך אין קעשענעוו, איבערלייענענדיק זײַן ביכל: “די לעגענדע נח גרין”, וואָס איז דערשינען אין 1960 אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל האָט מיר געגעבן צו לייענען יחיאל שרײַבמאַן, וועלכער האָט זייער הויך געשאַצט יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿונג. אויף אַזוי פֿיל הויך, אַז נאָך דעם פּאָעטס פּטירה אין 1972, האָט ער אָנגעשריבן צו דער אַלמנה אַ בריוו, אַז ער, יחיאל שרײַבמאַן, רעכנט יעקבֿ פֿרידמאַנען פֿאַר אַ גרויסן ייִדישן פּאָעט, ניט אַ קלענערן, ווי… אַבֿרהם סוצקעווער. ער האָט באַקומען פֿון דער אַלמנה זייער אַ וואַרעמען דאַנקבריוו. דאָ דאַרף איך זיך אַנטשולדיקן פֿאַר די פֿיל פּראָפֿעסאָרן, דאָקטאָרן, דאָקטאָראַנטן, אַספּיראַנטן, קריטיקער, איבערזעצער, און פֿאַר אַלע ליטוואַקעס, ווײַל מיר איז אויך נעענטער צום האַרצן יעקבֿ פֿרידמאַנס דיכטונג. און דאָס איז נאַטירלעך. די טעמאַטיק פֿון זײַנע לידער, די העלדן, די געשטאַלטן, די פֿילאָסאָפֿיע האָבן אַ קרובֿהשאַפֿט מיטן גײַסט וואָס האָט געהערשט אין אונדזערע מקומות — מיטן ייִד, מיטן פּייסאַזש פֿון בעסאַראַביע, פֿון רומעניע.
אין יאָר 1919 איז די משפּחה פֿרידמאַן איבערגעפֿאָרן פֿון גאַליציע, וווּ יעקבֿ פֿרידמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1910, קיין טשערנאָוויץ, דעמאָלט — אַ טייל פֿון רומעניע. דאָס ערשטע ליד זײַנס “איך ווייס” האָָט ער אין דער עלטער פֿון 17 יאָר, אָפּגעדרוקט אין “טשערנאָוויצער בלעטער”…
ס׳איז אַדורך שוין פֿערציק יאָר זינט דער פּאָעט איז ניפֿטר געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. פֿון דעמאָלט אָן איז זייער ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן וועגן זײַן דיכטונג; כ׳האָב ניט געהערט וועגן פֿאָרש־אַרבעטן, דאָקטאָראַטן, געווידמעט יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿונגען. כ׳מיין, אַז די ווערטער, וועלכע דער שרײַבער יאַנקל יאַקיר האָט אָנגעשריבן וועגן דעם גורל פֿון די בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער, קאָן מען אין אַ געוויסער מאָס צורעכענען אויך צו יעקבֿ פֿרידמאַנען. און יאַקיר האָט געשריבן: “אַרום דעם מיזרח־טיש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זענען געזעסן אויפֿן פֿאַרנעמסטן אָרט די שרײַבער פֿון פּוילן, רוסלאַנד און אַמעריקע. און צווישן זיי האָט זיך געפּלאָנטערט — ווי אַן אָרעמער קרובֿ — דער בעסאַראַבער שרײַבער… ער איז אפֿשר ביז הײַנט געבליבן — דער רואה ואינו נראה, דעם דאָרפֿישן פּאַסטעכס ציטערנדיק פֿײַפֿל, וועמענס מעלאָדישער טריל פֿלעגט פֿאַרהילכט ווערן פֿון די שאַלנדיקע ליטעראַרישע טרומייטערס.”
אויפֿן וועב־זײַטל פֿון “אויפֿן שוועל” לייענען מיר וועגן אַ. סוצקעווערן: “אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט ער אָנגענומען כּמעט אַ לעגענדאַרן סטאַטוט צוליב דער ראָלע וואָס ער האָט געשפּילט בשעתן חורבן…” פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ. סוצקעווער איז געווען אַ העלד, פֿונעם ווילנער געטאָ, פֿון חורבן־צײַט, נאָר, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו ליטעראַטור?
יעקבֿ פֿרידמאַן איז ניט געווען קיין העלד, כאָטש ער האָט זיך אָפּגעפּײַניקט אַ דרײַ יאָר אין געטאָ פֿון טראַנסניסטריע אין שטעטל בערשאַד. בערשאַדער געטאָ איז ווייניק באַקאַנט דער וועלט־געזעלשאַפֿטלעכקייט. אין בערשאַד זײַנען אומגעקומען אַרום פֿינף טויזנט ייִדן. אַ גרויסע צאָל ייִדן — צענדליקער טויזנטער — זענען אומגעבראַכט געוואָרן אויפֿן וועג קיין טראַנסניסטריע. יעקבֿ פֿרידמאַן איז געווען צווישן די, וואָס מע האָט געטריבן “ווי שאָף”, פֿון טשערנאָוויץ קיין בערשאַד און דאָס איז מער ווי הונדערט קילאָמעטער. דאָס בלײַבן לעבן — איז שוין געווען אַ העלדישקייט. נאָר דאָס האָט אויך ניט קיין שײַכות צו ליטעראַטור. ס׳וווּנדערט אַן אַנדער זאַך: פֿאַר וואָס יעקבֿ פֿרידמאַן, וואָס האָט זיך געמאַטערט אין טראַנסניסטריע דרײַ יאָר, האָט כּמעט וועגן דעם גאָרניט געשריבן? בלויז פֿיר לידער אונטערן טיטל: “לידער פֿון טראַנסניסטריע”!
אָט וואָס ס׳האָט געשריבן יודל מאַרק אין זײַן עסיי וועגן י. פֿרידמאַנען: “גאָט — דאַרף דאָך זײַן דאָס ערשטע וואָרט אין אַן עסיי וועגן יעקבֿ פֿרידמאַנען… גאָט איז דעם פּאָעטס הויפּטמאָטיוו, הויפּטטעמע, הויפּט־אינטערעס. איבער אַלע זײַנע העלדן און געשטאַלטן געוועלטיקט גאָט. וווּ ער זאָל ניט זיצן, זיצט ער אין שאָטן פֿון גאָט…” איך וואָלט צוגעגעבן, אַז דער לירישער העלד פֿון יעקבֿ פֿרידמאַנס פּאָעזיע — איז גאָט אַליין. כ׳מיין, אַז פֿאַרן פּאָעט צו פֿאָכען מיט די קולאַקעס צו די הימלען, צי נעמען אַ שטיין אין די הענט אויף צו דערהרגענען אַ רומענישן סאָלדאַט איז געווען אומנאַטירלעך — עס האָט געהייסן, צו האָבן טענות צו גאָט, האָבן שאלות צו אים. אפֿשר פֿאַר י. פֿרידמאַנען איז גאָט די גאַנצע צײַט געווען לעבן אים: אי אויפֿן וועג קיין טראַנסניסטריע, אי אין בערשאַדער געטאָ. אין איינעם האָבן זיי זיך געמאַטערט, געהאָלפֿן איינער דעם צווייטן, אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע, געטיילט זיך מיט אַ שטיקל ברויט… ווי ער שרײַבט אין דעם ליד “דער מקובל פֿון סטרי”: “אַז דער מקובל פֿון סטרי איז מקדש־השם, / פֿרעגט ער נישט קיין שאלות בײַם טאַטן.
אויב פֿאַרגלײַכן יעקבֿ פֿרידמאַנס פּאָעזיע און אַבֿרהם סוצקעווערס, וואָלט איך געזאָגט, אַז זיי אונטערשיידן זיך ווי חסידות פֿון מתנגדות. י. פֿרידמאַנס דיכטונג גייט פֿון האַרץ צו האַרץ. פֿון דעם פּאָעטס האַרץ, וואָס איז פֿאַרליבט אין גאָט, אין דער וועלט, אין דער שיינקייט פֿון דער וועלט אין דעם מענטשן צום לייענערס האַרץ! צו דעם האַרץ, וואָס האָט פֿעיִקייט צו פֿאַרליבן זיך און ליב צו האָבן. זײַן נאָרמאַלער צושטאַנד איז געווען — פֿאַרליבטקייט אין עמעצן צי אין עפּעס. זײַן האַרץ האָט געפֿילט די ליבשאַפֿט, וועלכע פֿאַרשפּרייט זיך פֿון יעדער זאַך, פֿון יעדער באַשעפֿעניש און, פֿאַרשטייט זיך, פֿון גאָט: “איך וויל פֿילן דײַן ליבשאַפֿט / רוט אויף מײַן דאַך”, צי: “אַזוי פֿיל ליבשאַפֿט אין אַלעמען סע קוועלט”, אָדער: “די וועלט איז מלא ליבשאַפֿט און באַהעפֿטונג / און מיר, מיר זענען אויף דער חתונה פֿאַראַן”, ער איז זיכער, אַז: “דער ווינט מיט ליבשאַפֿט קושט די מילן”. ער אַליין, דער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן, איז אַ “טראָפּן אין רעגן פֿון ליבשאַפֿט”…
צו וואָס שרײַב איך דאָס אַלץ? — כ׳וויל, אַז די טרומייטערס זאָלן אַ ביסל אַנשטילט ווערן כּדי מע זאָל קאָנען דערהערן די שטימען פֿון אַנדערע אונדזערע ייִדישע פּאָעטן, וואָס זייערע שאַפֿונגען זענען געווען אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ. אַגבֿ, אַ. סוצקעווער האָט זיך זייער גוט באַצויגן צו יעקבֿ פֿרידמאַנס דיכטונג. אין דער “גאָלדענער קייט” זענען געדרוקט געוואָרן כּמעט אַלע זײַנע גרויסע פּאָעמעס. סוצקעווער האָט אין 1973 געשריבן אין זײַן זשורנאַל צום אָנדענק פֿון יעקבֿ פֿרידמאַנען, דעם פּאָעט און חבֿר: “רחמים, גוטס און גנאָד זענען דאָך ניט בלויז אָפֿטע ווערטער אין זײַן עפּיש־לירישער פּאַנטעיִסטישער שורה, זיי זענען בײַ אים אידענטיש מיט אַזוינע ווערטער־שכנים ווי אמת, ליבשאַפֿט און תּפֿארת — ווערטער מיט פֿולער דעקונג פֿון זייער טיפֿן באַטײַט און ווייקן אַדורך זײַן דיכטונג ווי אַ פֿרילינג־רעגן, ווייקן אַדורך די ערד, אַז דער גאָרטן אויבן זאָל זיך שפּעטער צעבליִען און צעזינגען”.
כ׳וויל, אַז מײַן פֿרײַנד, פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער, וועלכער גיט כּמעט יעדע וואָך אויפֿן ״facebook״, אַ נײַעם מאַטעריאַל וועגן אַ. סוצקעווערן, זאָל דערמאָנען אויך יעקבֿ פֿרידמאַנען און זײַנע שאַפֿונגען.
כ׳וויל, אַז מײַן פֿרײַנד, דער פּאָעט לעוו בערינסקי, וועלכער האָט זייער גוט איבערגעזעצט סוצקעווערס לידער אויף רוסיש, זאָל אויך “באַמערקן” די פּאָעטישע ווערטן פֿון י.
פֿרידמאַנען און פֿון אויך אַנדערע ייִדישע פּאָעטן, וועגן וועלכע עס שאַלן ניט קיין טרומייטערס.
כ׳וויל, אַז די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און די לייענער פֿון ייִדישע ביכער זאָלן נעמען אין די הענט יעקבֿ פֿרידמאַנס אַ ביכל און לייענען זײַנע לידער, דאַוונען זיי, כּדי צו דערפֿילן די ליבשאַפֿט צו גאָט, צו אונדזער וועלט, און צו אונדז מענטשן, וואָס לעבט און אָטעמט אין זײַנע שאַפֿונגען. ווי ס׳האָט געשריבן יודל מאַרק: ” יעקבֿ פֿרידמאַנס פּאָעזיע לײַטערט און קען און וועט אונדז נאָך לײַטערן”.
וואָס איז שייך “סוצקעווער — פֿרידמאַן”, וויל איך פֿאַרענדיקן מיט אַ שורה פֿון יעקבֿ פֿרידמאַנס אַ ליד: “…מיר זײַנען ביידע פֿערזן פֿון איין ליד”.