Your ultimate guide to the laws and customs of Shavuot

640 427

די מיינונגען אין דעם אַרטיקל געהערן צום מחבר און שפּיגלען נישט בפֿירוש אָפּ די שטעלונג פֿונעם „פֿאָרווערטס‟


דאָס ווײַטערדיקע איז אַ קיצור פֿון די דינים און מינהגים פֿון שבֿועות. נישט־געקוקט אויף דעם וואָס שבֿועות ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ יום־טובֿ זענען נישטאָ קיין שום תּנכישע אָדער רבנישע דינים וואָס זענען אים הײַנט שייך.

אין תּנכישע צײַטן איז שבֿועות געווען דער קולמיניר־פּונקט פֿון יציאת־מצרים. ס׳האָט נישט געהאַט קיין אייגענע דאַטע, נאָר איז פֿאַרצייכנט געוואָרן ווי דער פֿופֿציקסטער טאָג נאָך פּסח. די סאַמע ערשטע דערמאָנונג פֿון שבֿועות געפֿינט זיך אין „מסכת סופֿרים“, וואָס מ׳האָט צונויפֿגעשטעלט אינעם אַכטן יאָרהונדערט אין ארץ־ישׂראל און האָט שפּעטער געווירקט אויף דער אַשכּנזישער השקפֿה. דער אויסדרוק „זמן מתּן תּורתנו“ — דער טאָג ווען מיר האָבן געקריגן די תּורה — געפֿינט זיך ס׳ערשטע מאָל אין די ווערק פֿון רבי אלעזר פֿון וואָרמס (1160–1230).

דאָס נישט האָבן קיין בפֿירושע דינים אין שײַכות מיט שבֿועות, אין איינעם מיטן באַנײַטן אינטערעס אין דעם אָ יום־טובֿ — וואָס האָט געשטאַמט פֿון מיטל־עלטערישן דײַטשלאַנד — האָט דערפֿירט צום שאַפֿן אַ סך אָרטיקע מינהגים פֿונעם יום־טובֿ. אָט זענען עטלעכע שבֿועות־דינים און ־מינהגים וואָס ייִדן טוען (מחוץ דעם דאַווענען אין שיל):

מע באַפּוט די היים און שיל מיט פֿרישע צווײַגן און בלומען

כאָטש מיר ווייסן נישט פֿון וואַנען עס שטאַמט דער מינהג איז עס אַ שיינער אופֿן אונדז צו דערמאָנען, אַז די תּורה איז אַן עיקרדיקער טייל פֿון דער וועלט, און אַ דערמאָנונג פֿון די טעג ווען שבֿועות האָט געדינט ווי אַן אַגריקולטורעלער יום־טובֿ פֿון אונדזער פֿאָלק.

דאָס עסן מילעכיקס

פּונקט ווי אַלע שפּײַזן וואָס מע עסט אום שבת און יום־טובֿ (אַחוצן עסן מצה אום פּסח) איז דאָס עסן מילעכיקס נישט קיין מוז. מע מעג אום שבֿועות עסן מילעכיקס בײַ יעדן מאָלצײַט, אָדער פֿליישיקס בײַ יעדן מאָלצײַט, ווי מע וויל.

תּיקון ליל שבֿועות

דעם מינהג פֿון לערנען תּורה אַ גאַנצע נאַכט האָט מען אײַנגעפֿירט ערשט שפּעטער, אינעם זעכצעטן אָדער זיבעצעטן יאָרהונדערט, און האָט אַ שײַכות מיט דער קבלה. לכתּחילה האָבן דאָס אָפּגעהיט נאָר באַהאַלטענע געזעלשאַפֿטן פֿון פֿרומע לומדים, און ערשט שפּעטער האָט זיך עס אָנגענומען אין דער ברייטער קהילה (בפֿרט נאָך דעם וואָס דאָס קאַווע־טרינקען האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבערן מיטעלן מיזרח און אייראָפּע). כאָטש ס׳איז בײַ געוויסע לײַט אַ גרויסע הנאה צו לערנען אַ גאַנצע נאַכט קען עס אויך פֿאַרשטערן דעם יום־טובֿ. די וואָס בלײַבן אויף אַ גאַנצע נאַכט דאַרפֿן פֿאַרזיכערן אַז זיי קענען זײַן וואַכיק אין משך פֿון טאָג, הנאה האָבן פֿונעם יום־טובֿ, דאַווענען מיט כּוונה און זיך אָפּגעבן מיט דער משפּחה.

עלעקטריע

אַ צאָל ספֿרדישע, און עטלעכע אַשכּנזישע רבנים, האָבן געפּסקנט אַז מע מעג ניצן עלעקטריע אום יום־טובֿ, אָבער וואָס שייך דער שאלה זאָלט איר זיך באַראַטן מיט אײַער רבֿ.

Photo by Alwinphoto

Photo by tmejer