צוליב דער קאָנטראָווערסיעלער פֿאַרשליסונג פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישער ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־אינסטאַנץ און דער גרינדונג פֿון אַ נײַער אָרגאַניזאַציע „כאן“ אויף איר אָרט, בײַטן זיך איצט די אופֿנים ווי אַזוי די ישׂראלדיקע מלוכישע טעלעוויזיע און ראַדיאָ־פּראָגראַמען ווערן הײַנט דורכגעפֿירט.
איין בײַט איז דער צוגאַנג צו דער סאָציאַלער מעדיע. מע באַמערקט אַז „כאן“ איז מער אַקטיוו אויף „פֿייסבוק“, „יוטוב“ און „טוויטער“ ווי זײַן פֿאָרגייער און שאַפֿט ספּעציעלע קורצע פּראָגראַמען, וואָס זענען צוגעפּאַסט צו דער אינטערנעץ. כּדי צו שטיצן זײַן אינטערנעץ־ווידעאָ־פּראָגראַם האָט „כאן“ אָנגעשטעלט אַ ריי מענטשן, וואָס זענען שוין פֿון פֿריִער געווען פּאָפּולערע שאַפֿער פֿון ווידעאָס אויף „יוטוב“. צווישן זיי — מלך זילבערשלאַג, אַ 20־יעריקער בחור פֿון די סערעט־וויזשניצער חסידים אין חיפֿה, וואָס רעדט מיט הומאָר און מיט חן וועגן זײַן לעבן, זײַן קהילה און זײַנע אינטערעסן.
זילבערשלאַג איז ניט קיין טיפּישער חסיד; ער איז זייער אַקטיוו אויף „פֿייסבוק“, און דערקלערט אַפֿילו אין איין ווידעאָ ווי ער באַנוצט זיך מיט „טינדער“, אַ ראַנדקע־אַפּליקאַציע וואָס ווערט אין אַמעריקע גיכער גענוצט פֿאַר קורצע סעקסועלע אַווענטורעס איידער צו געפֿינען אַ שידוך (אין ישׂראל נוצט מען אים אויך צו געפֿינען אַ שידוך).
זילבערשלאַג איז גוט באַקאַנט די פֿאַרשידענע סטערעאָטיפּן וואָס די ניט־פֿרומע ישׂראלים האָבן פֿונעם חרדישן עולם און באַנוצט זיך מיט זײַנע ווידעאָס כּדי צו באַקעמפֿן די
סטערעאָטיפּן דורך הומאָר. אין איין פֿילם, למשל, רעאַגירט ער אויפֿן סטערעאָטיפּ אַז חרדישע חתן־כּלה קענען זיך כּמעט אין גאַנצן נישט, דורכן ווײַזן ווי אַזוי אַ בחור מיט אַ מיידל קענען מאַכן „סעלפֿי“ צוזאַמען אויף אַ צניעותדיקן אופֿן.
צווישן די ווידעאָס וואָס „כאן“ האָט אַרויסגעלאָזט איז איינער אויף ייִדיש, אין וועלכן זילבערשלאַג דערקלערט אַן עלטערער פֿרוי אין זײַן היימישן ישׂראלדיקן מאַמע־לשון פֿאַר וואָס „סנעפּטשעט“ האָט זיך ניט געלאָזט פֿאַרקויפֿן צו „פֿייסבוק“ און אויך וואָס האַלטן דערפֿון די מומחים פֿון דער פֿינאַנץ־ און טעכנאָלאָגיע־וועלט. דערצו מאַכט ער חוזק פֿון דער סאָציאַלער מעדיע בכלל און „פֿייסבוק“ בפֿרט, וואָס ער האַלט, איז פּשוט געפּטרטע צײַט.
אַחוץ דעם וואָס דער ווידעאָ איז זייער חנעוודיק, באַקעמפֿט ער אויך עטלעכע סטערעאָטיפּן מיט אַ מאָל — קודם, דאָס וואָס מענטשן מיינען אַז עס זענען ניטאָ קיין חסידים וואָס פֿאַרשטייען אַזעלכע ענינים און אויך, אַז מע קען ניט רעדן וועגן אַזעלכע הײַנטיקע דערשײַנונגען אויף מאַמע־לשון.