אָט זענען צוויי באַגריסונג־רעדעס וואָס מע האָט געהאַלטן אויף דער אויסטיילונג פֿון דער „רעפֿערענץ־פּרעמיע‟ דעם „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ מצד דעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם פֿאַרבאַנד, דעם 21סטן יוני, אין ניו־יאָרק. די ערשטע באַגריסונג איז פֿונעם ייִדישן פּאָעט, ירמיה אַהרן טאַוב, אין נאָמען פֿונעם פֿאַרבאַנד, און די צווייטע איז פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, איינע פֿון די דרײַ רעדאַקטאָרן פֿונעם ווערטערבוך.
ס’איז מיר אַ פֿאַרגעניגן צו ווינטשן אונדזערע חשובֿע געסט — גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, ד״ר הערשל גלעזער, און ד״ר חוה לאַפּין, אַלע גרויסע ייִדישע קולטורעלע כּלל־טוערס — אַ מזל־טובֿ. מבֿינות איז איין זאַך, און ברייטהאַרציקייט איז עפּעס אין גאַנצן אַנדערש. אַלע דרײַ זיינען ברייטהאַרציק מיט זייער קענטעניש און מבֿינות. אַלע האָבן קאָריגירט און פֿאַרבעסערט מײַן אַרבעט און די אַרבעט פֿון אַ סך אַנדערע דורך די יאָרן. הערשל איז געווען מײַנער אַ קאָלעג יאָרן לאַנג אינעם ייִוואָ וווּ ער האָט געענטפֿערט טויזנט פֿראַגעס מײַנע אויף שפּראַך־ענינים. גיטל איז די שפּראַך־רעדאַקטאָרשע פֿאַרן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ און האָט קאָריגירט מײַנע עסייען, און ד״ר לאַפּין קען איך פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און אויך דורכן זשורנאַל „צוקונפֿט‟ וווּ זי האָט אָנגענומען איינס פֿון מײַנע לידער צום דרוק. צוליב די אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע און פּערזענלעכע באַציִונגען איז מיר הײַנט ספּעציעל רירנדיק.
צו אונדזערע פּרעמיע־געווינערס וויל איך בלויז זאָגן, אַז אײַער ווערטערבוך איז טאַקע אַ מײַסטערווערק פֿול מיט מאָדערנע ווערטער, פֿראַזעס, אויסדרוקן און טערמינען אָן אַ שיעור. דאָ קען מען געפֿינען ווערטער ווי „דער האַרטער דיסק,” „אַרײַנדרינגען, אַרײַנהאַקן,” „זאָל זײַן וואָס ס׳עט זײַן,” און „אויגן־קנייטשלעך.” דאָס בוך איז ספּעציעל נייטיק פֿאַר הײַנטיקע ייִדישיסטן — די וואָס גלייבן אַז אונדזער הייליק מאַמע־לשון מוז זײַן אַ לעבעדיקע שפּראַך וואָס מע קען רעדן מיט באַקאַנטע, חבֿרים, קאָלעגען, און קרובֿים, און שרײַבן וואָס עס זאָל נישט זײַן — בריוו, עסייען, פֿײַנע ליטעראַטור, אאַז״וו. מיט אײַער יאָרן־לאַנגער האָרעוואַניע האָט איר אונדז געגעבן די ווערטער וואָס מיר קענען איצט תּמיד האַלטן נאָענט צו זיך און דערבײַ צו באַנײַען אונדזער קולטור־ירושה. איר האָט אונדז געגעבן אַ זעלטענעם מכשיר, איצט מוזן מיר אים ניצן.
אַ האַרציקן דאַנק און אַ יישר כּוח אײַך אַלעמען!
ירמיה אַהרן טאַוב
[…]