New Folksbiene Play: Singing Against Trump’s America

630 420

די נײַע פּראָדוקציע פֿון דער „פֿאָלקסבינע” — די מוזיקאַלישער פּיעסע „אַמעריקע: דאָס גאָלדענע לאַנד” ווערט די טעג פֿאָרגעשטעלט בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה”, דאַונטאַון מאַנ­העטן. זי וועט זיך שליסן דעם 20סטן אויגוסט.

מיט 35 יאָר צוריק, אין יאָר 1982, האָבן זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד מיטגעשריבן דעם סצענאַר פֿאַר „אַמעריקע” לכּבֿוד 85 יאָר פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס”. דער געדאַנק איז דעמאָלט געווען צו שאַפֿן אַ מוזיקאַלישע פּיעסע וועגן די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון די מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע; אַ געשיכטע פֿון אימיגראַציע וואָס הייבט זיך אָן מיט „מיר פֿאָרן”, און ענדיקט זיך מיט „עם ישׂראל חי” נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און „גיב מיר דײַנע אָרעמע און מידע” — עמאַ לאַזאַרוסעס באַרימטע ווערטער לטובֿתן עפֿענען די אַמעריקאַנער טויערן פֿאַר פֿרײַער אימיגראַציע.

די פּיעסע איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון לידער און דאָקומענטן וואָס געפֿינען זיך אין דעם „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו, וועלכע חנה מלאָטעק ז״ל האָט געהאַט געזאַמעלט און אויסגעפֿאָרשט.

די נײַע פּראָדוקציע האָט ברײַנע וואַסערמאַן רעזשיסירט, און זלמן מלאָטעק דינט ווי איר מוזיקאַלישער דירעקטאָר. דער אַנסאַמבל נעמט אַרײַן אַ פּאָר אַקטיאָרן פֿון דעם פֿאַראַיאָריקן שלאַגער „די גאָלדענע כּלה”, וואָס איז אויך געווען אַן „אַרכיוו־פּיעסע”, מיט די אַקטיאָרן דאַני מאַרקוס, גלען סעווען אַלען, דזשעסיקאַ ראָז פֿוטראַן און איזאַבעל נעסטאַ. מאַרקוס און אַלען טוען אַ פֿײַנע אַרבעט מיט די קאָמישע און דראַמאַטישע ראָלעס. אַלען איז געניט ווי אַ סוועטשאַפּ־באַלעבאָס און אַן אַרמיי־רעקרוטירער; און מאַרקוס רופֿט אַרויס אַ שמייכל ווי דער גרינהאָרן פֿאַני, וואָס אַרבעט זיך אַרויף ביז זי קען זיך דערלויבן צו „מופֿן” פֿונעם לאָוער איסט־סײַד אין בראָנקס. אויך קאָמיש זענען די ייִדיש־ראַדיאָ סקיצעס מיט מאַרקוס און אַנדערע, וואָס דערמאָנען אַ ביסל אין וווּדי אַלענס „ראַדיאָ-טעג” מיטן חנעוודיקן איבערשפּילן פֿון דעם „כּישוף” פֿון ראַדיאָ.

פֿון די נײַע פּנימער אויף דער ייִדיש־בינע איז כּדאַי צו דערמאָנען סטעפֿאַני לין מיי­סאָן, אַלעקסאַנדראַ פֿראָלינגער, און בעיקר — דוד פּערלמאַן וועלכער איז אַ פֿײַנער קאָמעדיע־אַקטיאָר. עפּעס מיט פּערלמאַנס פּנים טראַנסמיטירט דעם אייביקן ייִדישן שלימזל; דער וואָס ווערט פֿאַרמישט בײַם עליס־אײַלאַנד, פֿאַרגעסט זײַן נײַעם אַמעריקאַנער נאָמען, און לויט דעם באַקאַנטן וויץ, באַקומט דאָ דעם נאָמען שאָן פֿערגעסאָן. אין אַמעריקע ווערט ער אַ קליינער פּעדלער מיט גרויסע חלומות צו ווערן אַ קאַפּיטאַליסט, און נאָך עפּיזאָדן פֿון דעם סאָרט.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער באַשלוס וואָס שייך דער ראָלעס־צעטיילונג איז מיט דניאל קאַהן. באַקאַנט ווי אַ מוזיקער וואָס זינגט וועגן יוניאָנס (איך בין מודה אַז איך האָב אים פֿאַרפֿעלט ווי ביף אין „טויט פֿון אַ סיילסמאַן” אין ייִדיש מיט אַ יאָר־צוויי צוריק), באַקומט ער אין „אַמעריקע” יעדע זינג־ראָלע וואָס האָט צו טאָן מיט סאָציאַליזם און גערעכטיקייט; למשל, ווי דער טאַטע וואָס בעט זיך אין עליס־אײַלענד זײַנע קינדער זאָלן קענען אַרײַנקומען.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/205317/new-folksbiene-play-singing-against-trumps-americ/#ixzz4oi7Xiaw5