אין די הײַנטיקע צײַטן, ווען משפּחה און פֿרײַנד געפֿינען זיך צעזייט און צעשפּרייט איבער דער שטאָט און איבער דער וועלט, פֿאַרבענקט זיך אַ מאָל נאָך די יאָרן ווען מע האָט געוווינט אין שכנות מיט די נאָענטסטע מענטשן, ווען מע האָט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן אין אָוונט עטלעכע מאָל אַ וואָך, טרינקען אַ גלעזל טיי און שמועסן פּאָליטיק אָדער אַנדערע אינטעלעקטועלע ענינים אויף ייִדיש, דערציילן וועגן די געשעענישן פֿון טאָג אָדער זיך סתּם דערמאָנען זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן.
אַזוינע היימישע ספּאָנטאַנע פֿאַרזאַמלונגען, וואָס זענען אין ייִדישע געגנטן אין אַמעריקע געווען גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, זענען געווען טייל פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער טראַדיציע וואָס אונדזערע טאַטעס און מאַמעס (און באָבעס און זיידעס) האָבן מיטגעבראַכט פֿון מיזרח־אייראָפּע, אַ ריטואַל וואָס איז צו ביסלעך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, נאָך דער אינוואַזיע פֿון טעלעוויזיע אין אונדזערע שטיבער.
ווי העלען פּאַלאָגע, אַ ייִדיש־לערערין אין חיפֿה, דערציילט אין איר בלאָג, The Drawer (דער שופֿלאָד), זענען אַזוינע אָוונטן געווען אַ באַקאַנטע זאַך אין איר שטוב אין מאָנטרעאָל: „עטלעכע פֿון די געטרײַסטע אָנהענגער פֿון סאָציאַליזם און ייִדישיזם פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען אין אָוונט אויף קאַווע און אַ ביסעלע שנאַפּס. מע האָט זיך געקריגט, געלאַכט און אָנגעפֿילט דאָס הויז מיט טומל און פּאַפּיראָסן־רויך. געוויינטלעך בין איך שוין דעמאָלט געלעגן אין בעט און אָפֿט פֿלעגט עס מיך אויפֿוועקן אָבער ס׳האָט מיך נישט געאַרט; פֿאַרקערט, זייערע קולות, שפּראַך, געלעכטער און געזאַנג זענען מיר געווען זייער היימיש.”
הײַנט קומען זעלטן פֿאָר אַזוינע אומפֿאָרמעלע דיסקוסיעס, וווּ מע טוישט זיך אויס מיט די מיינונגען אויף ייִדיש, ווײַל אַחוץ אין די חסידישע קרײַזן וווינען מיר אָפֿט ווײַט פֿון אַנדערע ייִדיש־רעדער. פֿון דעסט וועגן זענען יאָ דאָ אופֿנים, אַ דאַנק דער נײַער טעכנאָלאָגיע, זיך צו באַטייליקן אין אַ שמועס אויף ייִדיש וועגן אַ געוויסער טעמע. איין מיטל איז דורך „פֿייסבוק”.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, למשל, האָב איך סתּם אויף טשיקאַוועס געוואָלט וויסן וויפֿל פֿון מײַנע ייִדיש־רעדנדיקע „פֿייסבוק־פֿרײַנד” ווייסן אַז ווען איינער באַגריסט דעם צווייטן מיט אַ „גוט־שבת” אָדער „גוט־מאָרגן” ענטפֿערט מען אים מיט אַ „גוט־יאָר”.
די שאלה האָט מיך פֿאַראינטערעסירט ווײַל איך האָב לעצטנס זיך דערוווּסט אַז ס׳רובֿ פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס קומען פֿון פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע געגנטן האָבן קיין מאָל נישט געהערט אַז מע זאָל ענטפֿערן „גוט־יאָר” סײַדן ס׳איז ראָש־השנה אָדער יום־כּיפּור. האָב איך באַשלאָסן צו שטעלן די פֿראַגע אויף מײַן „פֿייסבוק”־זײַט ווײַל אַ צאָל פֿון מײַנע „פֿייסבוק”־פֿרײַנד קומען טאַקע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿות. אַ טייל זענען פֿרומע, און אַנדערע — נישט.
[…]