אײנס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟. עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַפֿילו די טאַלאַנטירטסטע זינגער. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט געהאַט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.
װײניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז אַחוץ דעם װאָס מאָלי פּיקאָן איז געװען די ערשטע זינגערין פֿונעם ליד, האָט זי עס אױך מחבר געװען. פּיקאָן האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר איר העלדין אינעם פֿילם „מאַמעלע‟, אַ ראָמאַנטישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע אױפֿן סמך פֿון „צינדערעלאַ‟, רעזשיסירט דורך יוסף גרין. די אָריגינעלע מוזיק, פֿון אײב עלשטײן, װערט געשפּילט פֿון אַן אָרקעסטער אין אַ מער קלאַסישן סטיל;דער דזשעז־צוגאַנג האָט זיך, אַ פּנים, אַנטװיקלט שפּעטער, אין אַמעריקע.
אָט דער דזשעז־סטיל הערט מען בולט אינעם נוסח פֿון די שװעסטער־בערי, װאָס האָבן געזונגען דאָס ליד אױפֿן ייִדישן ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן װי אַ טײל פֿון זײער פּראָגראַם.
אױף ענגליש זינגט מען געװײנטלעך דאָס ליד פּאַמעלעכער. אָט קען מען הערן װי די זינגערין אַמאַנדאַ קינג שטעלט פֿאָר דאָס ליד מיט אַ דזשעז־קאַפּעליע. איר ייִדיש הינקט אונטער אָבער דער ענגלישער נוסח איז װוּנדערלעך.
פּונקט מיטן זעלביקן טעמפּאָ שטעלט פֿאָר הילדע בראָנשטײן דאָס ליד אױף ענגליש, באַגלײט פֿון איר קאַפּעליע „חוצפּה‟.
אין אַן ענלעכן סטיל האָט די יונגע זינגערין לאה רײס־דעניס פֿאָרגעשטעלט „אַבי געזונט‟ אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.