צװישן די נאַציאָנאַלע מלוכות, װאָס זײַנען אַנטשטאַנען אין אײראָפּע נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון די עסטרײַך–אונגאַרישע און רוסישע אימפּעריעס, איז טשעכאָסלאָװאַקײַ געװען אַ יוצא־דופֿן.
ביז 1938 איז דאָס געװען די אײנציקע רעפּובליק, װאָס האָט אָנערקענט די רעכט פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, ייִדן בתוכם. דער גוטער שם פֿון דער טשעכאָסלאָװאַקישער דעמאָקראַטיע איז גאַנץ באַרעכטיקט, אָבער דאָס מײנט ניט, אַז אַלץ איז געגאַנגען גלאַטיק אין דער מינאָריטעט־פּאָליטיק.
געװײנטלעך װען מען רעדט װעגן ייִדן אין טשעכאָסלאָװאַקײַ צװישן די װעלט־מלחמות, האָט מען אין זינען די טשעכישע לענדער בעמען און מערן, און דער עיקר ־ די הױפּטשטאָט, פּראָג. די פּראָגער ציוניסטן, צװישן זײ ־ אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן װי דער שרײַבער מאַקס בראָד ־ האָבן טאַקע יאָ געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױפֿן אױספֿורעמען די נאַציאָנאַלע פּאָליטיק אין טשעכאָסלאָװאַקײַ. דװקא זײ האָבן אײַנגערעדט די רעגירונג, מען זאָל רעכענען ייִדן פֿאַר אַ באַזונדערער נאַציאָנאַליטעט.
אָבער להיפּוך צו אַלע אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן, האָבן ייִדן ניט געהאַט קײן אײגענע שפּראַך. אין די טשעכישע לענדער האָבן זײ גערעדט טשעכיש און דײַטשיש, אָבער ניט טשעכישע און ניט דײַטשישע נאַציאָנאַליסטן האָבן ניט געהאַלטן ייִדן פֿאַר אײגענע. פּאָליטיש האָט עס זיך געלױנט צו באַהאַנדלען ייִדן פֿאַר אַן אײגענער נאַציאָנאַליטעט, װײַל זײ זײַנען געװען געטרײַ דער טשעכאָסלאָװאַקישער מדינה.
אָבער די מערהייט פֿון טשעכאָסלאָװאַקישע ייִדן האָבן געלעבט ניט אין די טשעכישע לענדער, נאָר אין סלאָװאַקיע. דאָ איז דער פּאָליטישער מצבֿ געװען אַנדערש. די פּראָבלעמען פֿון ייִדן אין סלאָװאַקיע װערן אַנאַליזירט אין דער נײַער פֿאָרשונג פֿון רבֿקה קלײן–פּײשאָװאַ, “אױסמאַרקירן ייִדישע געטרײַשאַפֿטן אין סלאָװאַקיע צװישן די װעלט–מלחמות”. אין דער האַבסבורגער תּקופֿה האָט סלאָװאַקיע געהערט צו דעם אונגאַרישן מלכות, װאָס איז געװען װײַט ניט אַזױ ליבעראַל װי דער עסטרײַכישער טײל פֿון דער אימפּעריע, בפֿרט װאָס שייך נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. אין אונגאַרן האָבן זיך ייִדן געהאַלטן פֿאַר געטרײַע מאַדיאַרן און געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער עקאָנאָמיק און קולטור פֿונעם גרױסן אונגאַרישן קעניגרײַך, װאָס האָט דעמאָלט אַרײַנגענומען, חוץ אונגאַרן גופֿא, אױך אַזעלכע לענדער װי סלאָװאַקיע, קראָאַטיע, װױװאָדינאַ און טראַנסילװאַניע.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206151/hard-choices-for-jews-in-slovakia/#ixzz4tigmZWVd