אין ניו־יאָרק, אָנהייבנדיק פֿון 1897, איז אַרויס כּמעט יעדן סוכּות און פּסח אַ נומער „מיניקעס יום־טובֿ־בלעטער”. דאָס זענען געווען ממשותדיקע נומערן, קרובֿ צו הונדערט זײַטן און האָבן אַרײַנגענומען כּל־המינים מאַטעריאַלן: לידער, דערציילונגען, פּאָליטישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ, אָבער נישט אַלע מאָל.
די אויסגאַבע איז ספּעציעל אינטערעסאַנט ווי אַן אַרײַנבליק אין די געדאַנקען און געפֿילן פֿונעם אימיגראַנטן-דור וועגן דעם יום־טובֿ סוכּות.
חנן מיניקעס, דער רעדאַקטאָר, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1867 און געלערנט אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה. אין 1888 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און געוואָרן אַקטיוו אינעם ייִדישן טעאַטער און שפּעטער אינעם „י. ל. פּרץ־שרײַבער פֿאַראיין.” ער איז, דער עיקר, באַקאַנט פֿאַר די „מיניקעס יום־טובֿ בלעטער”, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסן טיראַזש. אין געוויסע יאָרן האָט מען פֿאַרקויפֿט דרײַסיק טויזנט עקזעמפּלאַרן פֿונעם זשורנאַל אין וועלכן מע האָט געקענט לייענען די בעסטע ייִדישע שרײַבער, צווישן זיי: שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, ל. שאַפּיראָ, שמעון פֿרוג, יהואש, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ.
געוויינטלעך האָט מען אין יעדן נומער געפֿונען איין אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿונעם יום־טובֿ; אַ צווייטן וועגן די אופֿנים ווי מע פּראַוועט דעם יום־טובֿ בײַ פֿאַרשיידענע עדות ייִדן איבער דער וועלט (אין 1912, למשל, האָט מען באַשריבן די טראַדיציעס פֿון די פּערסישע ייִדן); און עטלעכע דערציילונגען, זכרונות און לידער וועגן דעם יום־טובֿ אין דער אַלטער און נײַער היים.
ווען מע האָט פֿאַרגליכן ווי מע פּראַוועט סוכּות אָמאָל און הײַנט, האָט מען אָפּגעשפּיגלט דאָס שטעטלדיקע לעבן מיט זיסער נאָסטאַלגיע, און דאָס אַמעריקאַנער לעבן ווי אַ טראַגי־קאָמעדיע. ד. מ. הערמעלין שרײַבט אין 1916, אין זײַן איבערזיכט פֿון די ימים־טובֿים אין אַמעריקע, אַז בלויז די אַלטע ייִדן פֿאַרשטייען דעם טעם פֿונעם יום־טובֿ סוכּות. בלױז אויב מע גייט יעדן שבת אין שיל און מע הערט יעדע וואָך די פּרשה, קען מען פֿאַרשטיין די פֿרייד פֿון שׂימחת־תּורה, ווען מע פֿאַרענדיקט דאָס לייענען די תּורה, און מע הייבט אָן פֿון ס’נײַ.
„דאָ אין דער נײַער וועלט זײַנען ניטאָ קיין צען פּראָצענט ייִדן, וואָס קענען זאָגן, אַז זיי האָבן אַזוי דורכגעלייענט די תּורה. שׂמחת־תּורה איז דערפֿאַר עפּעס אַ מין פֿיאַסקאָ, אָדער מעשׂה חוזק אין די אָרטאָדאָקסישע שולן, וווּ מען טרינקט דערצו אַ ביסל איבעריקע ביר און עס ווערט אָפֿט מאָל אַ סקאַנדאַל.” בכלל האַלט הערמאַלין, אַז אין אַמעריקע װעט מען פֿאַרגעסן אין די טראַדיציעס. „אַ סוכּה אונטערן פֿרײַען הימל, בענטשן אתרוג יעדן טאָג — דאָס אַלץ גייט אונטער.” בלויז „די אַלטע לײַט” האַלטן נאָך פֿון די זאַכן.
דאָס פֿרומע לעבן אין אַמעריקע האָט געליטן און צוגעצויגן ווייניק מתפּללים. לויטן רעדאַקטאָר מיניקעס איז איין סיבה געווען וואָס מע האָט די שילן נישט געשטיצט מיט געלט, אָבער ער האָט זיך אויך באַקלאָגט אויף די שילן, וואָס מע האַלט זיי שמוציק און פֿינצטער און קיין אַמעריקאַנער ייִדיש קינד וואָלט נישט געוואָלט אין זיי פֿאַרברענגען.
נישט אַלע זכרונות פֿון דער אַלטער היים זענען געווען זיסע. אין מער ווי איין צושטײַער צו די „בלעטער” האָט מען דערמאָנט, אַז סוכּות האָבן די שקצים אין שטעטל אָנגעמאַכט צרות, ווי דער אויסצוג אין קלמן רייזענס ליד „אין סוכּה” (1910):
דורכן סכך הויך זעען זיך
הימלשטערן — חנדעלעך;
אויף דער גאַס די שקצימלעך
שפּילן זיך מיט שטיינדעלעך.
אין מײַן קליינעם סוכּהלע,
דאַכט זיך מיר, זיי צילן זיך;
גאָט, היט אײַן מײַן סוכּהלע,
ווען די שקצים שפּילן זיך.