„העלא?‟
„יא, ווער איז דעיס?‟
„רבקה׳לע.‟
„אהההה, רבקה׳לע…‟ מען קען הערן די צומישטע געפילן פונעם אנדערן זייט טרייבל. דאס לעכצן און ליבשאפט. פון איין זייט איז זי באגייסטערט און איבעראשט מיט פרייד צו הערן פון איר טאכטער. פון די אנדערע זייט קען מען הערן די ווייטאג און בענקעניש. די אנטוישטקייט, אבער אויך די האפענונג אז איר טאכטער וועט זיך נאך צוריקקערן צו אירע וועגן.
ווען א טאכטער רופט געווענטליך אן איר מוטער איז עס א פשוט׳ע און אן אפטע רוף. אמאל פאר א רעצעפט, אמאל פאר א גוטע עצה און אסך מאל סתם אזוי א שמועס צו טאן. אבער פאר מיר איז דאס נישט אזא גרינגע פעולה. יעדעס מאל איך האלט דעם טרייבל און קוועטש אריין די נומערן, ציטערן מיינע הענט. די געפילן רוישן, און די ענקזייעטי רוקט זיך אן! שולד געפילן, ווייטאג, בענקעניש, אויפרעגעניש, באליידיקונג און דעפרעסיע הייבט אן מיר צו מוטשען און נאגן. איך שעפשע א תפילה אז מען זאל נישט ענטפערן, כדי איך זאל דאס קענען אפשטופן אויף שפעטער. און אז ענטפערט מען שוין יא נעם איך זיך צאם די קוראזש און איך קלאר מיין שטימע אז מען זאל נישט קענען הערן וואס עס גייט יעצט פאר פון די אנדערע זייט.
אז ס׳גייט דער שמועס: „נו, וואס מאכט מען עפעס פאר יום טוב?‟, איז עס א גוטע טאג. אבער ווען עס הייבט זיך אן מיט „נו, וואס וועט זיין?‟ אדער „ווען זעהט מען שוין נחת?‟ געבט דאס א ציפ אין הארץ. ווען גייט שוין דער לעכטיגער טאג קומען ווען איעדער וועט איינזען אז איך בין מיך און דאס גייט זיך נישט טוישן? ווען גייט מען מיך שוין אננעמען פאר דעם וואס איך בין?
איך פארשטיי אז צו בעטן דאס פון די גאנצע וועלט איז וויאזוי מ׳זאגט בלע״ז: „טו מאטש טו עסק‟. אבער כאטשיג מיינע עלטערן. און טראץ דעם אלעם שפיר איך זיך נאך אזוי שולדיג פאר׳ן וויי טאן מיין ליבע פאטער און מוטער. עס שטערט מיר זייער אז איך שאף זיי אזויפיל עגמת נפש, און הלוואי ווען איך קען דאס טוישן. אבער איך קען נישט טוישן ווער איך בין. דער רבו״שע האט מיר אזוי באשאפן. איך בין נישט אויסגעשטעלט פאר אזא סארט לעבן ווי מיין משפחה, אבער דאס מיינט נישט אז די ליבשאפט איז קלענער.
עס רייסט מיר מיין הארץ א יעדעס מאל מיין טייערע מאמע זאגט: „ווען וועל איך דיך שוין זעהן?‟ אבער אין אמת׳ן וויל זי מיך נישט זעהן וויאזוי איך זעה אויס א יעדן טאג. זי וויל מיך זעהן פארשטעלטערהייט מיט די שמונה בגדים. זי וויל אזוי שטארק האבן א בונד מיט איר טאכטער, אבער די טאכטער וואס זי וויל האבן א שייכות מיט עקזיסטירט נישט. זי איז א פארשטעלאכץ און א פארעם פון וואס מען האט איר געצוואונגען צו זיין. די רבקה׳לע וואס זי האט געקענט איז קיינמאל נישט געווען עכט. די רבקה׳לע וואס שפרייט אויס אירע פליגלען און טוט פליען היינט — וויל זי נישט קענען.
טייערע אידישע עלטערן, איך בעט אייך: נעמטס אן אייערע קינדער וויאזוי זיי זענען. און אז זעהט איר אייער קינד הייבט אן גיין אויף אן אנדערן דרך, העלפט זיי ארויס און געבט זיי חיזוק זיי זאלן קענען טרעפן זייער פלאץ אויף דער וועלט. מען קען נישט צווינגען אלע קינדער צו זיין די זעלבע. דער אויבערשטער האט יעדן באשאפן אויף זיין אייגנארטיגע אופן און פארעם, און יעדער האט א רעכט צו לעבן אמתדיג מיט זיך און נישט א פארשטעלטן לעבן. אפשר אזוי וועט זיין והשיב לב אבות על הבנים ולב בנים על אבותם. און דעמאלטס וועלן מיר זוכה זיין צו הנה אנכי שלח לכם את אליהו הנביא!