Two Siks Create a Dating App for Jews and Already Reached 15,000 Subscribers

630 326

בײַם איבערקוקן די צוויי אינדישע געשעפֿטסלײַט, קיי־דזשיי דאַליוואַל און סוכמיט טאָר, וואָלט קיינעם ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז דווקא זיי האָבן געשאַפֿן די לעצטע ראַנדקע־„אַפּ‟ פֿאַר ייִדן. ביידע, ווי אַלע אַנדערע אָנגעשטעלטע וואָס אַרבעטן פֿאַר זייער „הײַ־טעק‟־פֿירמע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, געהערן צו דער סיקכישער רעליגיע.

אין 2015 האָבן זיי געשאַפֿן די אַפּליקאַציע Dil Mil, וואָס איז בעצם אַ מין „טינדער‟ פֿאַר די פֿון דרום־אַזיאַטישן אָפּשטאַם. זיי רעכענען, אַז זינט זיי האָבן געשאַפֿן די „אַפּ‟, האָט זי משדך געווען מער ווי 5 מיליאָן פּאָרלעך.

נאָך אַזאַ גרויסן דערפֿאָלג איז עס לאָגיש אַז די צוויי אינדיש־אַמעריקאַנער געשעפֿטס־מומחים זאָלן שאַפֿן נאָך אַן ענלעכע אַפּליקאַציע פֿאַר אַנדערע גרופּעס. אָבער פֿאַר וואָס דווקא פֿאַר ייִדן?

„מיר האָבן געזען אַ סך ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און דרום־אַזיאַטיקער,‟ האָט דאַליוואַל געזאָגט. „אונדזערע ווערטן זענען ענלעך; מיר האַלטן ביידע פֿון חתונה האָבן, און אין ביידע גרופּעס פֿילט מען זיך צוגעבונדן איינער מיטן אַנדערן.

דערצו, גיט איבער דאַליוואַל, אַז דער דורכשניטלעכער ייִד אָדער דרום־אַזיאַטיקער איז געוויינטלעך מער פֿאַרמעגלעך און געבילדעט ווי דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער.

צוליב אָט די ענלעכקייטן האַלטן די צוויי בעלי־עסקנים, אַז זייער טעכנאָלאָגיע, וואָס איז געווען אַזוי געלונגען בײַ די דרום־אַזיאַטיקער, וואָלט אויך געלונגען פֿאַרן ייִדישן עולם.

„שלום‟ איז געצילעוועט אויף די, וואָס ווילן אַ קאָמפּראָמיס צווישן די אַפּליקאַציעס ווי „טינדער‟, וווּ מע זוכט עמעצן געוויינטלעך בלויז אויף אַן „אייננאַכטל‟ אָדער אַ נישט־ערנסטער באַציִונג — און פֿון דער אַנדערער זײַט, די וועבזײַטן ווי eHarmony און Match.com, וואָס מע נוצט כּדי צו געפֿינען דעם באַשערטן. די אַפּליקאַציע, וואָס מע פּרובירט נאָך אויס, האָט שוין 15,000 אַקטיווע באַניצער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206434/why-these-two-sikhs-created-a-jewish-dating-app/#ixzz4w03KpL9j