אַ צוזאָג
ייִדיש – ווערטער שטאַרבן ניט .
ס ‘ האָט מיט זײ די אײביקייט
אַן אָפּמאַך שוואַרץ אויף װײַס ,
עס איז פֿאַרשריבן און פֿאַרחתמעט
מיט אַ לעבעדיקן אָטעם ,
װערטער װערן ניט פֿאַרשװוּנדן ,
זײ פֿאַרהיטן דורות לעבן
פֿרײד און װוּנדן .
זײ דערשװעבן איבער צײַטן
איבער ערטער ,
זײ שטאַרבן ניט , די ייִדיש – װערטער ,
זײער פֿונק פֿאַרהיט
אַ שפּור פֿון גרויל און שײַטער .
זײ הערן לײװיקס אָנזאָג
הײבן אויף זיך , שפּאַנען װײַטער ,
ס ‘ האָט די אייביקייט מיט זײ
אַן אָפּמאַך ,
אַ צוזאָג אַ טרער – זוניקן געגעבן : –
בלײַבן לעבן .
בלײַבן לעבן .
2011-2012