Jewish Astronauts

880 495

איך געדענק זייער גוט די פֿרייד און דעם שטאָלץ, וואָס ס׳האָט אונדז אַלעמען אַרומגעכאַפּט, ווען קיין טאַשקענט, וווּ איך האָב דעמאָלט געוווינט, איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז אין קאָסמאָס איז געפֿלויגן דער ערשטער — סאָוועטישער — מענטש. דאָס איז געשען פּונקט מיט 55 יאָר צוריק, דעם 12 אַפּריל 1961. מענטשן אויף די גאַסן האָבן זיך אַרומגענומען, זיך געקושט, באַגריסט איינער דעם אַנדערן; פּונקט אַזוי איז געווען אינעם נצחון־טאָג, דעם 9טן מײַ 1945, האָבן זיך דערמאָנט אונדזערע עלטערן.

מיט אַ צײַט שפּעטער בין איך, צוזאַמען מיט אַנדערע תּלמידים, געשטאַנען שורותווײַז פֿון ביידע זײַטן שאָסיי, באַגריסנדיק דעם ערשטן קאָסמאָנויט יורי גאַגאַרין, וואָס איז געקומען צו פֿליִען אויף אַ באַזוך קיין טאַשקענט. לעבן אים איז אינעם אָפֿענעם אויטאָ געזעסן זײַן פֿרוי און צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, זײערע טעכטער. דאָס בילד האָט זיך מיר אײַנגעשניטן אין מײַן זכּרון אויף שטענדיק.

ס׳איז קיין חידוש נישט, אַז צווישן די געלערנטע, וואָס האָבן צוגעלייגט זייער האַנט און שׂכל צום קאָסמאָס־ענין, זײַנען געווען נישט ווייניק ייִדן; אָבער ווי אַ סך אַנדערע ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן איך מיט נײַגער נאָכגעשפּירט נאָך יעדן פֿלי אין קאָסמאָס אַרײַן, צי צווישן די חבֿרה־קאָסמאָנויטן איז נישטאָ „אונדזער אַ מענטש‟, פֿון די בני־ישׂראל? און אָט איז עס געשען. זײַן נאָמען איז געווען באָריס וואָלינאָוו, און זײַן ייִדישע מאַמע איז די גאַנצע מלחמה געווען אַ מיליטער־דאָקטאָרין אויפֿן פֿראָנט. שוין שפּעטער מיט יאָרן האָבן איך זיך דערוווּסט, וויפֿל ווענטלעך און ווענט איז אים אויסגעקומען גובֿר צו זײַן ביז ער איז געוואָרן אַ קאָסמאָנויט, נאָר צוליב איין זאַך — זײַן ייִדישער ייִחוס.

אילן רמון

אילן רמון

ס׳רובֿ ייִדן אין דער אַסטראָנויטישער משפּחה זײַנען אַמעריקאַנער, ווי אויך דער ישׂראלי אילן רמון, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען, ווען דער שאָטל „קאָלומביע‟ האָט זיך אויפֿגעריסן אין 2003; בסך־הכּל — 14 מענטשן. די גרופּע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתן געשטערן פֿון טאַלאַנט, בילדונג און דרייסטקייט. אייניקע פֿון זיי, צי זיי זײַנען יאָ, צי נישט פֿרום, האָבן גענומען מיט זיך אין קאָסמאָס דעם תּנ״ך און אַנדערע זאַכן, וואָס סימבאָליזירן זייער ייִדישקייט.

וועגן דער ייִדישער אַסטראָנויטקע דזשודיט רעזניק, האָבן מיר זיך אַלע דערוווּסט נישט נאָך איר ערשטן קאָסמאָס־פֿלי, נאָר נאָך דער טראַגעדיע אין 1986, ווען ס׳האָט אויפֿגעריסן די קאָסמאָס־שיף „Challenger‟; דעמאָלט איז אומגעקומען די גאַנצע מאַנשאַפֿט. איר נאָמען אַליין, רעזניק, וואָס אויף רוסישע מיינט עס, „שוחט‟, זאָגט עדות, אַז אירע אָבֿות זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד. חוץ יודיט, זײַנען אין קאָסמאָס געפֿלויגן נאָך צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען: די מיליטערישע דאָקטערין קאָלאָנעל עלען בייקער (שולמאַן), וואָס האָט זיך באַטייליקט אין פֿיר (!) קאָסמישע עקספּעדיציעס; און די אַוויאַציע־אינזשענירין מאַרשאַ אײַווענס, וועלכע איז געפֿלויגן 5 מאָל אין קאָסמאָס — דער פֿרויען־רעקאָרד פֿון דער צאָל פֿליִען ביז הײַנט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196100/astronaut-members-of-the-tribe/?p=all#ixzz45oyG8Sia