אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט מען אָפּגעמערקט די הונדערט־יאָריקע יאָרצײַטן פֿון י. ל. פּרץ (2015), שלום־עליכם (2016) און ש. י. אַבראַמאָװיטש (2017). דאָס זענען, אַוודאי, פּאַסיקע געלעגנהײטן צו באַטראַכטן די קולטור־ירושה פֿון די דרײַ קלאַסיקער אױף אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין פֿאַרשידענע לענדער.
אַן אָקערשטדיקע קאָנפֿערענץ אינעם אוניװערסיטעט פֿון װיסקאָנסין (מעדיסאָן) דעם 12טן און 13טן נאָװעמבער האָט מען געװידמעט אַן ענין, װאָס איז חל אויף אַלע דרײַ קלאַסיקער, אָבער קודם־כּל אויף שלום־עליכם. דהײַנו: פֿאַר װעמען שרײַבט אַ ייִדישער שרײַבער — פֿאַר די מאַסן אָדער פֿאַר זײַן באַשיידענעם מנין געבילדעטע לײענער, און װי אַזױ פּאַסט מען זיך צו צו פֿאַרשידענע לײענערישע געשמאַקן?
שלום־עליכם האָט אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישן װעג װי אַ רײַכער שטיצער. ער איז געװען אױסן אױפֿצובױען אַ בנין פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור „װי בײַ לײַטן”, מיט פֿאַרשידענע זשאַנערס און פֿאָרמען פֿון ליטעראַרישע װערק, ראָמאַנען, דערצײלונגען, לידער, קריטיק, זכרונות וכדומה. אױף דעם האָט ער ניט געזשאַלעװעט קײן געלט, בפֿרט אַז ער האָט געװאָלט פֿאַרזיכערן אַ חשובֿ אָרט פֿאַר זײַן אײגענער שאַפֿונג אױכעט. דער פּועל־יוצא פֿון זײַן שװערער האָרעװאַניע איז געװאָרן די צװײ בענד פֿון דעם װאָגיקן זאַמלבוך „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק”, װאָס זײַנען אַרױס סוף 1880ער יאָרן און האָבן מודיע געװען אַ נײַע תּקופֿה אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע.
אָבער װי זאָגט מען, דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. אין 1890, באַלד נאָכן אַרױסלאָזן דעם צװײטן באַנד, האָט שלום־עליכם אָנגעזעצט, פֿאַרלױרן זײַן עשירות און געמאַכט פּליטה פֿון קיִעװ. װען ער האָט זיך אומגעקערט צו ליטעראַטור, איז ער שױן מער ניט געװען קײן קױפֿער נאָר אַ פֿאַרקױפֿער פֿון ליטעראַרישער סחורה. דאָס איז אפֿשר געװען שלעכט פֿאַר שלום־עליכמען אָבער גוט פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, װײַל דװקא נאָך זײַן באַנקראָט האָט ער געשאַפֿן די בעסטע װערק זײַנע. פֿאַר דער פּליטה האָט זיך שלום־עליכם געשניטן איבערצוניצעװען די אײראָפּעיִשע מוסטערװערק לױט דער ייִדישער קרומװירע. אָבער אין די 1890ער יאָרן האָט ער זיך אונטערגענומען אױסצואַרבעטן אײגנאַרטיקע פֿאָרמען, װאָס פּאַסן זיך צו צו זײַן השׂגה פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור און דעם ייִדישן פֿאָלקס־לײענער.
שלום־עליכמס סאַמע אױסגעשליפֿענער ליטעראַרישער זשאַנער איז דער מאָנאָלאָג — די פֿרײַע רײד פֿון אַ פּראָסטן ייִד אָדער ייִדענע. אײניקע קריטיקער האָבן געהאַלטן, אַז דאָס איז בכּלל ניט קײן קונסטװערק, נאָר סתּם אַ שטיקל ייִדיש לעבן פֿאַרפֿיקסירט אױף פּאַפּיר. אָבער די הײַנטיקע פֿאָרשער אַנטדעקן אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָגן טיף־באַהאַלטענע חכמות. פּראָפֿעסאָר שאול זאַװיט פֿון האַרװאַרד־אוניװערסיטעט האָט אויף דער קאָנפֿערענץ דערקלערט, אַז דװקא דער מאָנאָלאָג איז די ליטעראַרישע פֿאָרמע, װאָס ברענגט צונױף די ייִדישע און די העברעיִשע ליטעראַטור און שפּיגלט אָפּ דעם ייִדישן פּעסימיזם לגבי אױסזיכטן אױף צו געפֿינען אַ זיכערן מקום־מקלט אין דער מאָדערנער װעלט.
שלום־עליכם איז געװען אַ סתּירותדיקע און קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקײט און זײַן פּסיכאָלאָגישע געשטאַלט פֿאַרבלײַבט אַ סוד פֿאַר פֿאָרשער עד־היום, האָט געטענהט פּראָפֿעסאָר מאַרקוס מאָזעלי פֿון „נאָרטװעסטערן אוניװערסיטעט‟ אין שיקאַגע. אײניקע צדדים פֿון זײַן „זיך” לאָזן זיך אָבער דערקענען אין פֿאַרשידענע ליטעראַרישע באַשעפֿענישן זײַנע. מאָזעלי האָט זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אױף אײניקע קלײנע פּרטים אין שלום־עליכמס אײגענעם אױסזען און קאָסטיום, װאָס לאָזן בעסער משׂיג זײַן דעם אינערלעכן מהות פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן.
פּראָפֿעסאָר גבריאלה ספֿרן (סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט) האָט געוויזן ווי שלום־עליכמס קתריאלעװקער דערצײלונגען שפּיגלען אָפּ דעם אָפּרוף פֿון שטעטלדיקע ייִדן אױף די דעמאָלטדיקע וועלט־געשעענישן. „דרײַפֿוס אין קאַסרילעװקע‟, למשל, שילדערט די טיפֿע זאָרג וואָס דער פּסק־דין פֿונעם פּאַריזער דרײפֿוס־משפּט האָט אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדן אין די שטעטלעך איבער מיזרח־אייראָפּע.
אַ פּשרה צװישן שלום־עליכמס הױכן און נידעריקן סטיל איז דערגרײכט געװאָרן ערשט יאָרן נאָך זײַן טױט אין „פֿידלער אױפֿן דאַך”, דעם סאַמע באַרימטן אַמעריקאַנער פּועל־יוצא פֿון זײַן שעפֿערישן מי. פּראָפֿעסאָר אַליסאַ סאָלאָמאָן (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) האָט דערצײלט, װי אַזױ „פֿידלער אױפֿן דאַך” איז אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און געוואָרן אַ מקור פֿאַר אַ נײַער ייִדישער טראַדיציע. אינעם געװאַלדיקן דערפֿאָלג פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשטעלינג שטעקט אַ פּאַראַדאָקס. די שעפֿער פֿון „פֿידלער אױפֿן דאַך” זײַנען ניט געװען באַהאַװנט אין ייִדישקײט און געשעפּט זײערע קענטענישן פֿון ענגלישע ביכער. אָבער בײַם אַמעריקאַנער עולם איז דאָס געװאָרן דאָס עכטסטע בילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, כאָטש אײניקע פֿײַנשמעקערישע מומחים קריטיקירן „פֿידלער” װי אַ ביליקע אידעאַליזירונג פֿונעם שטעטל.
„פֿידלער אױפֿן דאַך” פֿאַרנעמט אַ מיטלאָרט צװישן דעם „שונד” און דער הױכער קולטור. און דװקא די דאָזיקע מיטלשיכט פֿון דער ייִדישער פּראָדוקציע פֿאַרבלײַבט ניט דערשאַצט צװישן די הײַנטיקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. שלום־עליכם האָט אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע מיטן אַ תּל מאַכן די רעפּוטאַציע פֿון זײַן קאָנקורענט שאָמער (נחום־מאיר שײַקעװיטש), דעם מחבר פֿון פּאָפּולערע ראָמאַנען פֿאַרן מאַסן־לײענער. אָבער װען מען לײענט מיט אַכט שלום־עליכמס װערק דערקענט מען, אַז ער האָט דװקא גענאַשט פֿון זײַן קאָנקורענטס װערק. און דװקא דעמאָלט, װען שלום־עליכם איז געצװוּנגען געװאָרן זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אַמביציע צו מישפּטן איבער דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט זײַן שאַפֿונג דערגרײכט די העכסטע מדרגה פֿון „פֿאָלקסליטעראַטור”.