פאריקע וואך האט מיך אפגערופן א ייד דורכן טעלעפאן און געזאגט:,כ’האב געלייענט אייער רעקלאמע אין דער יידישער צייטונג, אז איר זענט א ‘לייף-קויטש’. וואס פארא זאך איז דאס,א ‘לייף-קויטש’?
כ’האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך. געהערט האב איך פון א ‘לייף-גארד’, איינער וואס שווימט ווי א פיש און ראטעוועט די, וואס ווערן דערטרונקען. גע- הערט האב איך אויך פון א,לייף-אינשורענס-פאליסי’ (לעבנס-פארזיכערונגס-פאליס), וואָס פארזיכערט דעם טויט. פארוואס דאס הייסט,לעבּנס-פארזיכערונג’ ווייס איך נישט. מ’צאלט נאר ווען מ’שטארבט, נישט אויב מ’לעבט! אבער א ‘,לייף-קאטש” וואס איז דאס?
‘ ‘אט-דא איז פאראן א בענקל?
‘ האב איך אים געזאגט.,זעצט אייך אוועק א פאר מינוטן און כ’וועל אייך באלד אלץ דערקלערן.’,גוט! אדרבה לאמיך טאקע הערן פון די אלע פלאפלערייען און וואס זיי זענען!’ האט דער ייד דערקלערט.,לאמיך אייך מסביר זיין, וואס ‘קאטשינג’ איז. דאס איז אזא מין היינטצייטיקער חכם, מדריך, משגיח, מלמד אדער רבי, און אפשר אלץ אין איינעם!,דער דורכשניטלעכער מענטש האט שטרעבּונגען. ער וויל דערפליען ביזן הימעל. זייער אפט דערגרייכט מען נישט קיין גוטן רעזולטאט, ווייל ס’אנשטייען פארשידענערליי שטערונגען. צום ביישפיל: טייל מאל וויל א מענטש אנטאן א פאר פליגל, כדי ער זאל שנעלער פארווירקלעכן זיינע צילן און אין דער אמת’ן גייט עס נישט אזוי גלאט. צום ערשטן דארף מען קריכן. א ביסל שפעטער לערנט מען זיך אויס גיין. נאך דעם לויפט מען. און וואס עלטער מ’ווערט, אלץ מער זעט מען איין, אז פליען איז נישט קיין איינפאכע זאך.,א,לייף-קאטש’ קאן זיין זייער נוצלעך. אזא מדריך העלפט א מענטש איינזען ווי אזוי ער קאן אליין פארווירקלעכן זיינע צילן. ווען מ’באראט זיך מיט א,קאטש’, בעט אים איבערגעבן די אייגענע פליגל און דער מייסטער איז מסביר, אז קיינער קאן קיין פליגל ניט שענקען. דער שילער קאן זיך אבער אויסלערנען ווי אזוי צו נוצן די אייגענע פליגל און אליין דערפליען ביז די העכסטע און ווייט- סטע ערטער. אייניקע מאל זענען די פליגל צוזאמענגעבונדן מיט פארשידענע בענדלעך, שטריק- לעך און כל-מיני הינדערנישן, וואס לאזן זיי זיך נישט אויסשפרייטן. דער,קאטש’ העלפט צעקניפן דעם פלאנטער אדער צעבינדן דאס קניפל און באזייטיקן איינער נאכן אנדערן די אַלע אַנדערע מניעות, וואס האלטן-צוריק דעם שילער ביז ער קאן פליען אליין. ס’שטייט דאך, אז יעדער ייד האט א ניצוץ אלוקי ממעל (דאס פינטעלע ייד), וואס קאן קיינמאל נישט פארפאלן ווערן. דאס קאן מען א ביסל פארשטיין על-דרך-משל:א וואלד-ניסל, וואס ליגט א שטיקל צייט אונטערן בעט און ס’קלייבט זיך צונויף א שטויב-פילקע ארום דעם ניסל. קריכט אַ קינד אונטערן בעט, הייבט דאס אויף און נעמט עס אויף דער גאס זיך צו שפילן מיט דעם. דער באל קוילערט זיך אין דער בלאטע און שניי, ביז ס’ווערט צום סוף אַ ריזיקע גומלקע. ווי גרויס דער באל זאל ניט ווערן און וויפיל שמוץ זאל זיך ניט צוקלעפן צו אים, ווען מ’שיילט-אפ די אלע שיכטן אונטערן בערגל שמוץ, געפינט מען נאך דאס באטעמטע און געשמאקע ניסל, דאס פינטעלע ייד. דאס איז די ארבעט פון א קאטש: שינדן די הייטלעך פון דער ציבעלע, איין הייטל און איין שטרויכלונג נאך דער צווייטער, ביז דער מענטש האט גענוג מוט אנצונעמען אליין די בעסטע בא- שלאסן. דער פונדאמענט פון,קאטשינג’ איז העלפן אַנטוויקלען דעם מענטשנס בעסטע געדאנק- ען. ס’איז נישט דא קיין בעסערער שטייגער ווי אזוי צוצופירן א מענטש צו א פאזיטיווער איינשטעל- ונג. דער לייכטסטער וועג ווי אזוי אנצוקומען אויף א פאָזיטיוון שטאנדפונקט איז מיט שמחה און פרייד. ס’שטייט געשריבן אז,מחשבה’ (געדאנק) און ‘בשמחה’ (מיט פרייד) האבן די זעלבע אות- יות. א מענטש טראכט צום בעסטן, ווען ער האט א פאזיטיווע איינשטעלונג. דער ייד האט מיר געזאגט:,דאס איז ממש א געוואלדיקע זאך. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון דעם?
‘ געזאגט האב איך אים:,דאס איז א גאנץ-נייע דערפינדונג, וואס איז נאר אלט 10-15 יאר. אין די לעצטע פאר יארן איז,קאטשינג’ געווארן גאר שטארק פופאלער’. מיין משגיח אין דער ישיבה הרה”ח ר’ גד’ל אייזנער זצ”ל פלעג דאס דערקלערן אזוי:,מ’זאגט יעדן פרי ביים דאווענען פאר די קרבּנות ‘ומותר האדם מן הבהמה אָין’ (די מעלה פון א מענטש איבער א בהמה איז אָין – גארנישט).’ אויפן ערשטן בליק איז דאך נישט צו פארשטיין דעם טייטש פון דעם פסוק. טאמער איז נישט דא קיין חילוק צווישן א מענטש און בהמה זאל עס ליבערשט שטיין געשריבן, אז דער מענטש און די בהמה זענען איינס און דאס זעלבע. וואס איז דען דער,אָין’?
נאר דער פשט פון,אָין’ איז נישט קיין פיזישער. דאס איז נישט קיין זאך, וואס מ’קאן אנטאפן מיט די הענט. דאס קאן מען באגרייפן נאר מיטן מוח. דער אונטערנשייד צווישן א מענש און א בהמה איז דער שכל. די בהמה פארנעמט זיך בלויז מיט דער יעצטיקייט:,כ’בין הונגעריק. דעריבער דארף איך עסן’. זי קאן נישט פלאנירן אין פארויס אָדער טראכטן פון דעם, וואס וועט זיין מארגן. דער מענש האט באקומען דעם שכל, כדי ער זאל טראכטן נאך איידער ער זאל עפעס טאן. מאנכע מאל ווערט ער פאראומערט און פארטרויערט, באלעסטיקט מיט דאגות ביז איבערן קאפ און ס’איז אים שווער צו דענקען מיט א קלארן דעת. למשל: ווען מ’האט ערשט חתונה און מיינט, אז מ’וועט לעבן פרידלעך צוזאמען מיטן ווייב אזוי ווי צוויי טייבעלעך. דערווייל קומען-אויף כלערליי קאמפליקאציעס… צווישען מאן און פרוי, צווישן עלטערן און קינדער אדער גאר ביי דער ארבעט. ס’אנטשטייען אלערליי עגמת-נפשן. דער אמת איז, אז א יעדער מענטש, טראצ’ן מצב, אין וועלכן ער געפינט זיך, האט אין זיך כוחות און עלעמענטן צום לייזן אלע זיינע דילעמעס. דער תפקיד פון א גוטן מדריך איז צו אנטוויקלען דעם מענטשנס גרעסטן פאטענציאל, טאלאנט און פעאיקייטן און אים העלפן, מיט די בעסטע מעטאדן, דערגרייכן ווי צום שנעלסטן זיינע צילן.,איך מוז אייך זאגן’, האט זיך דער ייד אפגערופן:,כ’האב מיך היינט אויסגעלערנט אן אומשאצ- בארע זאך און צו אייך וועל איך קלינגען קומענדיקע וואָך, אם ירצה השם, צו באשטימען א צייט, ווען איר קאנט מיך ‘קאטשן’. כ’האב,באגאזש’, משוגעתן, גייסטיקע מניעות, שלעכטע מידות און נעגא- טיווע געדאנקען, וואס איך וויל מיך מיט אייך אדורכשמועסן. א גרויסן דאנק אייך’. א
Leave a Reply