ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה איז די טעריטאריע פון היינטיקן לעטלאנד געווען א טייל פון צארישן רוסלאנד און געוויסע טיילן פון איר זיינען געווען פארמאכט פאר יידן ווי, למשל, די הויפט שטאט ריגע.
נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ס’איז געגרינדעט געווארן די לעטישע רעפובליק, האבן די יידן באקומען די מעגלעכקייט זיך צו באזעצן אומעטום. ס’איז געגרינדעט געווארן א קהילה, וואס האט געשפילט זייער א וויכטיקע ראלע אין העלפן דער יידישער באפעלקערונג. די רעגירונגס-בילדונגס-פאליטיק איז געווען צו שאפן שולן פאר יעדער עטנישער גרופע, אזוי זיינען געווען מלוכה-סובסידירטע לעטישע, רוסישע, פוילישע, יידישע און עטלעכע אנדערע שולן.
אין דער הויפטשטאט זיינען אין די 30סטע יארן געווען אכט יידישע גרונטשולן, פיר גימנאז יעס, א האנטווערקער-שול און אייניקע פריוואטע שולן. ס’זיינען געווען גרויסע פינף סינאגאגעס און א סך קלענערע שטיבלעך. ריגע האט פארמאגט א שיין יידיש טעאטער.
די קהילה האט געהאט א סך פרייוויליקע, וואס פלעגן דורכפירן פארשידענע מיסיעס לגבי דער יידישער באפעלקערונג. דער ראש-הקהל, מרדכי דובין, איז געווען זייער טעטיק. אין די שווערע קריזיס-צייטן (1933-1937), האט ער פיל ארעמע משפחות געהאלפן מיט זיין אייגן געלט.
ביז 1934 איז אין לעטלאנד געווען א פיל-פארטייאישער פארלאמענט (סיים). אין 1934 האט דער אויסגעוויילטער פרעזידענט, ד”ר קארליס אולמאניס, פונאנדערגעיאגט דעם סיים און איינ געפירט אן איין-פארטייאישע רעגירונג. אזוי ווי די שטרענג-ארטאדאקסישע גרופע האט אים געשטיצט, האט ער, אלס דאנק, זיי איבערגעגעבן די ממשלה איבערן גאנצן בילדגונס-סיסטעם.
ווען כ’בין אריין אין ערשטן קלאס אין 1934, איז דער דערציאונגס-סיסטעם געווארן א ריין-ארטאדאקסישער. די קהילה האט געהאט א פארצווייגטע הילפס-ארגאניזאציע, ווי למשל א מלביש-ערומים, וואס פלעג פונאנדערטיילן די ארעמע מלבושים, א הכנסת-כלה, וואס פלעגט באזארגן די ארעמע מיידלעך מיט נדן און די חברה-קדישא, וואס פלעגט מקבר זיין בחינם די ארעמע לייט און א סך אנדערע.
דער סוף איז געקומען דעם 17טן יוני 1940, ווען די סאוועטן האבן אקופירט לעטלאנד. די קהילה איז ליקווידירט געווארן, די שולן זיינען געווארן קאמוניסטיש און א סך רעליגיעזע און בור זשוארנע (קליינבירגער) זיינען ארעסטירט און ארויסגעשיקט געווארן קיין מזרח-רוסלאנד, וואו א גרויסע צאל פון זיי זיינען אומגעקומען. א יאר שפעטער, דעם 1טן יולי, האט די דייטשע ארמיי אריינגעשפאנט אין ריגע: די שואה האט זיך אנגעהויבן.
אין 1939 זיינען אין לעטלאנד געווען 98,000 יידן. נאכן חורבן זיינען נאר 15,000 לעבן געבליבן, די מערהייט זיינען געווען די וועמען ס’איז געלונגען צו אנטלויפן קיין רוסלאנד. אין דער הויפטשטאט איז פון 40,000 נפשות געבליבן נאר 8,000. נאך דער מלחמה, אונטער דער סעוועטישער מאכט, האט קיין ארגאניזירט יידיש לעבן ניט מקיים געווען און קיין יידישע שול און טעאטער זיינען ניט דערעפנט געווארן. דאס איז אבער אן אנדער טעמע.1
2010
Leave a Reply