דא זיץ איך אויף דער פלאזשע אויפן קא ריבישן אינזל סאנקט-טאמאס. די זון שיינט און איך און מיין ווייבל קוקן אויפן איינגוס “מעגאן”, איינע פון די שענסטע צען פלא זשעס אויף דער וועלט. דער אינזל איז טאקע א גן-עדן.
אין ניו-יארק בושעוועט א זאווערוכע, וואס באדעקט די גאנצע שטאט מיט שניי. מיר זיינען צופרידן צו זיין דא אויף א לאנגן אורלויב בשעת “דיעד מאראז” טשעפעט זיך צו אלעמען אין דער מעטראפאליע. ד”ר פישביין האט מיר איבערגעגעבן דורך דער ע-פאסט, אז גאנץ ניו-יארק איז שנייווייס. כ’האף, אז דער פעטער שניאור גיט אייך ניט צו שמעקן קיין טאבאק און מאכט אייך ניט שווער דאס לעבן היינטיקן ווינטער. וואס שייך אונז, האבן מיר הרטה און פארלענגערן ביז אפריל אונזער ווא קאציע. מיר לעבן אזוי ווי פארשטויסענע אויף א פארווארפענער וויספע.
אויף דעם אינזל עקזיסטירט די עלטסע שול אויפן וועסטלעכן האלב-קוגל. מיר וועלן אויך באזוכן איבער-אכט-טאג סאנקט-עווסטאציוס, וואס איז אמאל געווען א “יידישער אינזל” מיט א קאלאניע יידישע סוחרים.
איבערגעלאזט האב איך, איבעריקנס, אין שטוב אין מישיגען דעם רייזע-טעלעפאן. אויפן אינזל איז אזוי ווי אין מדבר, ניט קיין קאנטאקט מיטן עולם.
אומבאדינגט וועט איר דערהאלטן “אינטערנעטיש” מיינע ארטיקלען. געהערט האב איך אויך פון דעם חשובן פישביין, אז דער בריוו-פארקער אין דער רעדאקציע איז נאך אלץ א ריזיקער.
איצט זיץ איך מיט א פושקע ביר פון זאמד-שענק אין דער האנט נעבן מיין ווייבל, וואס טרינקט א מארגאריטע. היינט אין אוונט גייען מיר אויף א באל אין האטעל.
אייער מיטארבעטער, מנחם שענקמאן
*חבר שענקמאן איז אונזער קארעספאנדענט פון דעטרויט.
לופט-בילד פון פלאזשע,מעגאן’
Leave a Reply