ישׂראל איז פֿאַרטאָן לעצטנס מיט דער סכּנה, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אָדער ווי ס’האָט עס אָפּגעשאַצט דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו: אויפֿן ערשטן אָרט — איראַן, אויפֿן צווייטן אָרט — איראַן און אויפֿן דריטן אָרט — ווידער איראַן. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נישט קיין קלענערע סכּנה רײַפֿט אויס דווקא אינעם לאַנד גופֿא; דאָס מאָל פֿון די אָרטיקע פֿונדאַמענטאַליסטן — פֿון די חרדים. ס’האָט זיך שוין אַפֿילו באַוויזן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אָרטיקער פּרעסע אַ באַגריף — “חרדיזאַציע פֿונעם לאַנד”, אויפֿן סמך פֿון איראַן.
אַז די ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז צעשפּאָלטן, דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן; אָבער אַזוי זײַן צעריסן ווי די לעצטע צײַט, איז נאָך ביז אַהער נישט געווען. פֿון די אַלגעמיינע סאָציאַלע פּראָטעסטן, וואָס האָבן געבושעוועט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער און האַרבסט, איז דאָס לאַנד איצט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם “קאַמף פֿאַר צניעות”. פֿאַרשטייט זיך, אַז שולדיק אין דעם זײַנען די נשים. און אַזוי ווי ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, ווערן דעם רבינס “אַסורות” געלייזט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.
הײַנט קאָנטראָלירט דאָס רבנות אין ישׂראל דאָס משפּחה־לעבן; די ענינים, פֿאַרבונדן מיט גיור; שטאַרבן קאָן מען טאַקע אַליין, אָבער צו זײַן באַגראָבן — נאָר דורך דער חבֿרה־קדישא. די חרדים דערשלאָגן זיך צו שליסן קאַפֿע־הײַזער, אויב מע האַלט, אַז זיי זײַנען נישט גענוג כּשר; פֿאַרשטייט זיך, אַז אין די שבתים דאַרפֿן זײַן פֿאַרמאַכט אַלע פֿאַרווײַלערישע אינסטיטוציעס; דער געזעלשאַפֿטלעכער טראַנספּאָרט מוז בלײַבן שטיין און די עראָפּלאַנען — נישט מאַכן חילול דעם הייליקן הימל איבער ארץ־ישׂראל… דאָס אַלץ און נאָך אַ ביסל האָט שוין נישט דער רבי פֿון מאה־שערים אָדער בני־ברק אויסגעפּועלט, נאָר דער כּנסת האָט מיט אַ מלוכישן געזעץ עס אָנגענומען.
נישט אַנדערש, אַז גאָט אַליין העלפֿט די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן צו געווינען די מערהייט אינעם ישׂראל־פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף זייער מינאָריטעט סײַ אין כּנסת און סײַ אין דער מלוכה? ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז אין דעם זין איז נישט גענוג זיך צו פֿאַרלאָזן נאָר אויפֿן רבונו־של־עולם; דאָ קאָן מען אויסניצן דעם שוין אויסגעפּרוּווטן מיטל פֿון דער גוייִשער וועלט, דהײַנו — “לאָביסטן”, ווי מע רופֿט עס בלע”ז, אין אַ פֿרעמדער שפּראַך.
קיין “לאָביסטן” פֿעלט זיי נישט אויס — אין אַלע מלוכה־אינסטיטוציעס און אויף אַלע ניוואָען. און נאָך אַ זאַך: זייער אַחדות און געשלאָסענע רייען, ווען עס קומט צו די וואַלן. אַנדערש געזאָגט — דער רבי הייסט, די קהילה טוט! דער רבי באַשטימט פֿאַר וועמען די קהילה דאַרף אָפּגעבן אירע שטימען, און די קהילה גיט זיי אָפּ (פֿאַרשטייט זיך, נאָר די מענער!). ס’איז שוין געוואָרן אַן אײַנגעוואָרצלטער מינהג, אַז די קליינע אָרטאָדאָקסישע פּאַרטייען אין כּנסת, ווי פּיאַווקעס, טשעפּען זיך צו צו יענער קאָאַליציע, וווּ מע קען אויסצאַפּן מער געלט. זיי איז נישט וויכטיק קיין פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרם און עקאָנאָמישע רעפֿאָרמעס — אַבי צו באַקומען וואָס מער געלט פֿאַר זייערע ישיבֿות; אַבי אַרויסצושלאָגן די געזעצן, וואָס עס לוינט זייערע קרײַזן… ס’איז דאָך קלאָר, אַז אַלץ וואָס די חרדים טוען איז לטובֿת עם־ישׂראל און דער ייִדישער אמונה!
אמת, די פֿרומע וועלט האָט אַ גוואַלדיקע מאָטיוואַציע — נישט ציוניזם און נישט אַנדערע “איזמען” קומען נישט אין פֿאַרגלײַך מיטן גלויבן אינעם אייבערשטן. יאָ, גאָט איז איבער אַלעמען און צו ווערן באַשטראָפֿט פֿון אים, ציטערט בײַ יעדן די נשמה. אַזוי איז געווען מיט טויזנטער יאָר צוריק און אַזוי איז הײַנט אויך.
צוריק גערעדט, ווערט דען נישט געזאָגט אין ספֿר “קהלת”: אַלץ איז אין דער וועלט הבֿל־הבֿלים. מע קאָן עס טאַקע פֿאַרטײַטשן — גאָרנישט מיט גאָרנישט, און מע קאָן עס פֿאַרשטיין, אַז אַלץ אין דער וועלט בײַט זיך. און אַזוי איז עס געווען במשך פֿון דורות — אַלץ האָט זיך געביטן, פֿאַרפּינקטלעכט, זיך אַנטוויקלט, בתוכם די לערע פֿון אונדזערע אָבֿות. זיי אַליין האָבן עס געטאָן… געטאָן און טוען עס אַזוי אײַנגעשפּאַרט ביז עס איז דערפֿירט געוואָרן צו אַ רעליגיעזער אַבסורדישקייט, וואָס האָט נישט קיין שײַכות צו יענער דערהויבענער און ציכטיקער ייִדישער אמונה פֿון דוד המלכס צײַטן.
Leave a Reply