Para aquellos de nosotros que hemos sido fumadores y hemos dejado de serlo, este artículo nos traerá recuerdos y nos entretenerá. El autor empieza describiendo la diferencia entre cigarrillos y cigarros y a través de sus recuerdos y la historia del tío de su mujer nos hace pasar un buen rato.
Maya Ajzen
אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט ווערן זעכצן יאָר זינט דעם ליכטיקן טאָג, ווען איך האָב אויפֿגעהערט צו רייכערן. אמת, בײַם אָנהייב האָט דער דאָזיקער טאָג ניט אויסגעזען ווי זייער אַ ליכטיקער, ווײַל ס׳איז געווען שווער, אַפֿילו זייער שווער — די גאַנצע צײַט האָט זיך געוואָלט אַרײַנצושטעקן אין מויל אַ סיגאַרעט. אָבער עס האָט זיך מיר דעמאָלט אײַנגעגעבן דאָס צו טאָן. איך דערמאָן מײַן העלדישקייט אַקעגן דעם, וואָס כ׳בין אין גאַנצן אָפּגעריסן געוואָרן פֿון דער רייכערנדיקער קולטור און ווייס ניט, צי מע פֿאַרקויפֿט נאָך אַלץ די פּאַפּיראָסן פֿון דער מאַרקע „בעלאָמאָר-קאַנאַל”.
קודם-כּל, דאַרף מען דערקלערן דעם אונטערשייד צווישן אַ סיגאַרעט און אַ פּאַפּיראָס. בעת אַ סיגאַרעט באַשטייט אין גאַנצן פֿון געשניטענעם טאַבעק, איז אַ פּאַפּיראָס בערך אויף צוויי דריטל פּוסט, די סעקציע מיט טאַבעק איז גאַנץ קליין. מחוץ רוסלאַנד, זײַנען די פּאַפּיראָסן געווען (און אפֿשר בלײַבן נאָך אַלץ) פֿאַרשפּרייט אין טערקײַ. אַזוי אַז ווען מע זינגט „קופּיטיע קויפֿט זשע, קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן, טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן”, מיינט מען אַ זאַך, וואָס עקזיסטירט ניט אין אַמעריקע.
דאָס האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען מײַן ווײַבס פֿעטער דוד, ווען ער איז סוף יאָר 1989 אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק און זיך באַזעצט אויף ברײַטאָן-ביטש. מע דאַרף זאָגן, אַז דער פֿעטער דוד, אַ פּענסיאָנירטער אָפֿיציר — פּאָלקאָווניק — פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, האָט גערייכערט אַ סך, און ליב האָט ער געהאַט דווקא די פּאַפּיראָסן „בעלאָמאָר-קאַנאַל”. דערצו האָט ער געהאַלטן ניט פֿון אַבי וועלכן „בעלאָמאָר-קאַנאַל” — נאָר בלויז פֿון דער פּראָדוקציע פֿון דער לעגינגראַדער פֿאַבריק, וועלכע איז אָנגערופֿן געוואָרן נאָך משה אוריצקין, דעם ערשטן פֿאָרזיצער פֿון דער שטאָטישער „טשע-קאַ” — דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי. אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען אוריקציס נאָמען צוגעטשעפּעט צו אַלץ, וואָס מע האָט נאָך ניט באַוויזן אָנצורופֿן מיט די נעמען פֿון לענין, מאַרקס און ראָזע לוקסעמבורג.
איך געדענק שוין ניט, ווי אַזוי מיר האָבן מיט אים (איך מיין דודן, ניט אוריקצין — דעם לעצטן האָט מען דערשאָסן נאָך אין 1918) אונטערגעהאַלטן אַ קאָנטאַקט. דער טעלעפֿאָן איז געווען אַ טײַערע זאַך; אָבער ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, אַז איך גרייט זיך צו אַ נסיעה פֿון מאָסקווע קיין ניו-יאָרק אין מײַ 1990. די אײַנלאַדונג האָב איך באַקומען פֿון „אַרבעטער-רינג” און „פֿאָרווערטס”. האָבן איך בײַ דודן געפֿרעגט, צי ער וויל איך זאָל עפּעס ברענגען פֿון רוסלאַנד. און דער ענטפֿער איז געווען אַזאַ: „דאָ איז אַ סך בעסער ווי אין לענינגראַד. מיר האָבן אַלץ, אַחוץ די פּאַפּיראָסן”.
אַליין האָב איך דעם „בעלאָמאָר-קאַנאַל” ניט גערייכערט, סײַדן צו מאָל, ווען קיין סיגאַרעטן זײַנען ניט געווען. דערצו האָט מען אין מאָסקווע פֿאַרקויפֿט נאָר מאָסקווער „בעלאָמאָר-קאַנאַל”. האָב איך געבעטן עמעצן, וואָס איז געפֿאָרן קיין לענינגראַד, צו קויפֿן די „ריכטיקע” פּאַפּיראָסן. נאָך מער: מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו ברענגען קיין ניו-יאָרק אַ גרעסערע צאָל פּאַפּיראָסן איידער ס׳איז געווען דערלויבט לויט די תּקנות פֿון דעם סאָוועטישן צאָל, דער טאַמאָזשניע, ווײַל דעמאָלט, צום ערשטן און לעצטן מאָל, בין איך געפֿאָרן ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, און אויף דער גרענעץ האָט מען אויף מיר געקוקט אַנדערש, ווי אויף געוויינטלעכע לײַט.
די פּאַפּירן פֿאַר דער רײַזע האָט מען מיר אויסגעפֿאַרטיקט אין דער אויסלענדישער קאָמיסיע פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. דעם דאָזיקן בנין (באַשריבן אין לעוו טאָלסטויס „מלחמה און שלום”) איז הײַנטיקע טעג ניט צו דערקענען. אַנשטאָט דער אויסלענדישער קאָמיסיע געפֿינט זיך דאָרטן אַ רעסטאָראַן, וווּ עס האָט געהאַלטן זײַן שטאַב די צענטראַלע פֿיגור פֿון דער רוסישער מאַפֿיע אַסלאַן אוסאָיאַן, בעסער באַקאַנט ווי „דער זיידע כאַסאַן”. און ניט לאַנג צוריק האָט אים אַ שאַרפֿצילער דערשאָסן, טאַקע ווען דער קרימינעלער „יאַ-טעבע-דאַם‟ איז אַרויס פֿונעם רעסטאָראַן. אָט אַזאַ כּמו-האָליוווּדישע מעשׂה האָט זיך אָפּגעשפּילט אין דעם הויז, וווּ עס בלאָנדזשען שאָטנס פֿון דער אַמאָליקער ליטעראַרישער וועלט.
אָבער דאָס זײַנען הײַנטיקע געשעפֿטן. דעמאָלט בין איך געקומען קיין ניו-יאָרק, צום ערשטן מאָל, און געווען ווי אַ גאַסט בײַ אַ גרויסן צונויפֿקומעניש, וואָס האָט באַשלאָסן אַרויסצוגעבן דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס”. אויף וויפֿל איך געדענק עס, איז דער עולם געווען ניט שטאַרק ענטוזיאַסטיש מכּוח דעם פּלאַן. אָבער די אַרגומענטן זײַנען געווען אײַזערנע: די ענגלישע צײַטונג וועט אין אַ צײַט אַרום ווערן אַ טעגלעכע און זי וועט פֿינאַנציעל אויסהאַלטן די ייִדישע צײַטונג. אָט אַזאַ סטראַטעגיע האָט מען אין יענע טעג אויסגעאַרבעט. קיינער האָט דעמאָלט ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ביידע צײַטונגען וועלן קענען אַמאָל ווערן טעגלעכע — אַ דאַנק דער אינטערנעץ.
בינו-לבינו, האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט צום פֿעטער דוד און מיט אַ גדולה אַרויסגענומען פֿון מײַן וואַליזקע די פּאַפּיראָסן „בעלאָמאָר-קאַנאַל”. איך האָב געמיינט, אַז ער וועט זיך לאָזן טאַנצן. אָבער ער איז פֿאַרבליבן זיצן און האָט מיר געזאָגט: „אַ דאַנק! איך וועל זיי, פֿאַרשטייט זיך, אויסרייכערן. אָבער דערווײַל האָב איך זיך שוין צוגעוווינט צו די היגע אַמעריקאַנער סיגאַרעטן. זיי געפֿעלן מיר מער.”
Click Here to listen different versions of this song at SaveTheMusic.