ס׳רובֿ ישׂראלים — בפֿרט די ניט־פֿרומע — האַלטן מסתּמא, אַז די טערמינען אַשכּנזיש, ספֿרדיש און מיזרחיש זענען הײַנט אַנאַכראָניסטיש, און אויב ניט, וואָלטן זיי געדאַרפֿט אַזוי זײַן. די ישׂראלדיקע קולטור, וואָלטן זיי געטענהט, איז דאָך שוין אַ הצלחה פֿאַר זיך, אַ שיין געמיש פֿון ייִדישע קולטורן פֿון אַלע עקן וועלט. מיר זענען שוין אַלע צוזאַמען אינעם ארץ־הקודש; מע עסט שניצל און פֿאַלאַפֿל, מע הערט זיך צו חוה אַלבערשטיין און אייל גולן, און מע רעדט אויף אַ געמישטער שפּראַך, וואָס נעמט אַרײַן אַזעלכע אויסדרוקן ווי די אַראַבישע געזעגענונג „יאַלאַ־בײַ‟. די „געמישטע‟ חתונות צווישן ייִדן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן זענען שוין נאָרמאַל. נו, וואָס איז שלעכט? פֿאַר וואָס זאָל מען פֿאַרריכטן עפּעס, וואָס איז ניט צעבראָכן?
דניאל גלאי, דער פֿאָרזיצער פֿון „בית־לייוויק‟, דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, ווי אויך די מיטגלידער פֿון „פֿאָרום 21‟, אַ גרופּע וואָס ער האָט געגרינדעט כּדי צו העלפֿן אויפֿהאַלטן די אַשכּנזישע אידענטיטעט און קולטור־ירושה, זענען ניט מסכּים דערמיט. זיי האַלטן, אַז די ישׂראלדיקע קולטור דאַרף אַרײַננעמען אַ סך מער קולטורעלן פּלוראַליזם, און אַז די פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן פֿון די רײַכע ייִדישע עטנישע טראַדיציעס דאַרף מען קולטיווירן און צונויפֿבינדן ווי אַ קראַנץ בלומען אָדער סאַלאַט; דאָס הייסט, אויפֿהאַלטן זייערע אוניקאַלע קאָלירן און טעמען, איידער זיי אויסצומישן אינעם ישׂראלדיקן שמעלצטאָפּ און שאַפֿן דערבײַ אַן איינהייטלעכע ישׂראלדיקע קולטור.
Leave a Reply