“? נײַ ייִדיש ליד פֿון ריקי רויז, „וואָס ווילסטו, מוטער, האָבן

1024 576 פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

New song by Yiddish singing sensation Riki Rose — “What do you want, Mama?”

די פּאָפּולערע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין ריקי רויז האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד אויף יוטוב, וואָס דריקט אויס איר צער ווי איינע וואָס האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן און קען זיך נישט געפֿינען קיין אָרט.

דאָס ליד, „וואָס ווילסטו, מוטער, האָבן“, איז איינס פֿון אַ צאָל לידער וואָס ריקי רויז האָט שוין רעקאָרדירט, אַרײַנגערעכנט אירע שלאַגערס „אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס“ און „שלאָף“.

אין דעם אַרטיקל קענט איר אויך זען אַן אינטערוויו וואָס דער קאָפּאָזיטאָר און מוזיקער ר׳ צודיק האָט מיר איר געפֿירט וועגן דעם נײַ ליד.

אין שײַכות מיט דער נײַער רעקאָרדירונג האָט דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער ר׳ צודיק געפֿירט אַן אינטערעסאַנטן אינטערוויו מיט ריקי רויז אויף ייִדיש וועגן אירע ערשטע „אַרויסטריטן“, זינגענדיק בלויז פֿאַר דער משפּחה אין שטוב. זי באַשרײַבט אָבער אויך ווי שווער ס׳איז איר געווען אַרויסצוגיין אין דער וועלט טאַקע צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין.

ריק‫י רויז איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ סאַטמערער משפּחה אין ניו־יאָרק, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן. עטלעכע יאָר לאַנג האָט זי געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס און פֿיגורירט אין אַ צאָל ווידעאָס אויפֿן פֿאָרווערטס־יוטוב־קאַנאַל.

זי איז הײַנט באַקאַנט נישט נאָר ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, נאָר אויך ווי אַ קאָמיקערין אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.

 

AUTHOR

פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

All stories by: פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Leave a Reply

Your email address will not be published.