טשיקאַוועסן: דער ערשטער דירעקטאָר פֿונעם „פּולין מוזיי“ איז דאָ צוריק

1024 596 פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

דער ערשטער דירעקטאָר פֿונעם „פּולין מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן אין וואַרשע“ — דאַריוש סטאָלאַ — איז לעצטנס ווידער באַשטימט געוואָרן ווי זײַן דירעקטאָר. אַ צאָל אָבסערוואַטאָרן האַלטן אַז דאָס איז אַ סימבאָלישער נצחון פֿאַרן ייִדישן אָנדענק אין פּוילן.


באַלד ווי דער מוזיי איז געגרינדעט געוואָרן אין 2014 האָט סטאָלאַ, ווי דער דירעקטאָר, שטאַרק באַטאָנט דעם חיובֿ פֿון פּוילן צו אָנערקענען איר פֿאַרטיליקטע ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט. דער געוועזענער קולטור־מיניסטער פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי, וואָס האָט דעמאָלט געהערשט אין פּוילן, האָט אים אָבער באַשולדיקט אין „פּאָליטיזירן“ דעם מוזיי.


סטאָלאַ האָט למשל אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן בײַ די הויכע באַאַמטע פֿון דער רעגירונג צוליב אַן אויסשטעלונג אין 2018, וואָס האָט דאָקומענטירט דער רעגירונגס אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע אין 1968, וואָס האָט פֿאַרטריבן ייִדן פֿון זייערע שטעלעס און געצוווּנגען בערך 13,000 פֿון זיי צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.


הגם סטאָלאַ האָט דעמאָלט געוווּנען אַ קאָנקורס צו פֿאַרלענגערן זײַן קאַדענץ האָט דער קולטור־מיניסטער אים פֿאַרטריבן פֿונעם פּאָסטן.


מיט אַ יאָר פֿריִער, אין 2018, האָט פּוילן דורכגעפֿירט אַ געזעץ, וואָס פֿאַרווערט דאָס באַשולדיקן פּוילן אָדער די פּאָלאַקן אין קאָלאַבאָרירן מיט די דײַטשן. שפּעטער האָט מען עס געביטן פֿון אַ פֿאַרברעכן וואָס דראָט זיצן אין תּפֿיסה אויף בלויז אַ ציווילער געזעץ־ברעכונג. קריטיקער טענהן אַז דער גאַנצער ענין האָט אָבער שטאַרק געשטערט דעם געביט פֿון פֿאָרשן די געשיכטע.


איצט איז סטאָלאַ ווידער באַשטימט געוואָרן ווי דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי דורך דער קולטור־דירעקטאָרין פֿון דער הײַנטיקער צענטריסטישער רעגירונג, מאַרטאַ טשענקאָווסקאַ. רעדנדיק צו סטאָלאַן האָט זי דערקלערט: „אין 2019 האָט דער מיניסטער פּיאָטער גלינסקי באַשלאָסן צו איגנאָרירן די רעזולטאַטן פֿונעם קאָנקורס. מע האָט אײַך דעמאָלט, מיט זעקס יאָר צוריק, געדאַרפֿט באַשטימען פֿאַר דעם אַמט. טײַערער פּראָפֿעסאָר, זאָל זײַן מיט מיט מזל!“


סטאָלאַ האָט זי באַדאַנקט און געזאָגט: „די מיסיע פֿונעם מוזיי איז נאָך וויכטיקער הײַנט צוליב די פֿינצטערע כּוחות וואָס פֿאַרקרימען דעם אָנדענק פֿון דער פּויליש־ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט.“

AUTHOR

פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

All stories by: פֿאָרווערטס־רעדאַקציע