Switzerland Begins To Confront Its Own Holocaust Past

630 427

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט די שווייצאַרישע רעגירונג אָפֿיציעל אָפּגעלייקנט די פֿאַרבינדונג פֿון זייער לאַנד מיט חורבן, און אויסגעמיטן די דאָזיקע שווערע טעמע. דערנאָך, סוף 1990ער יאָרן, האָבן די מלוכישע פֿירער מסכּים געווען, אַז די יורשים פֿון די חורבן־קרבנות, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט זייער געלט אינעם שווייצאַרישן באַנק, דאַרפֿן באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע, און אַז מע מוז אומקערן די קונסט־ווערק, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט בײַ ייִדן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אַרײַנגערעכנט דײַטשלאַנד, האָט מען אין דער שווייץ דערווײַל נישט אײַנגעפֿירט קיין בילדונג־פּראָגראַמען אָדער הזכּרה־אונטערנעמונגען וועגן דעם חורבן. נישט לאַנג צוריק, האָט אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה זיך געוואָנדן אין די געריכט־אינסטאַנצן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער שווייץ, מיט אַ טענה, אַז די קאָמפּענסאַציע־סומע פֿאַר די קונסט־חפֿצים, וואָס די נאַציס האָבן אָפּגענומען בײַ זײַן משפּחה, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צוליב אַ שווינדערישער קונץ מצד די שווייצאַרישע באַנקן.

אין דער זעלבער צײַט, קלײַבט זיך דער קונסט־מוזיי אין דער שווייצאַרישער שטאָט בערן צו באַטראַכטן, צי מע זאָל אָננעמען אַ קונסט־זאַמלונג פֿון אַ געוויסן מענטש, ווײַל צווישן די בילדער געפֿינען זיך נישט ווייניק גנבֿות, קאָנפֿיסקירט בײַ ייִדן בעתן חורבן. דער טאַטע פֿונעם זאַמלער איז געווען אַ נאַציסטישער קונסט־הענדלער.

ווי לאַנג וועט די שווייץ פֿאַרשווײַגן די פֿינצטערע זײַטלעך פֿון איר געשיכטע? אַזאַ עקשנותדיקע באַציִונג האָט צו טאָן מיט דער ספּעציפֿישער ראָלע, וואָס דאָס דאָזיקע לאַנד האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿיציעל איז עס געבליבן נייטראַל, אָבער כּדי אויסצומײַדן דעם קאָנפֿליקט מיט די שכנים, דײַטשלאַנד און די נאַצי־אָקופּירטע לענדער, האָט די שווייצאַרישע רעגירונג צומאָל אונטערגעשפּילט די נאַציס.

[…]

Source: http://yiddish.forward.com/articles/182815/switzerland-begins-to-confront-its-own-holocaust-p/#ixzz3IPqajbIe